דאָוויל, פֿראַנקרײַך. — אין דעם קליינעם שטעטל אין דרום־נאָרמאַנדיע, וואָס געפֿינט זיך 125 מײַל מערבֿ פֿון פּאַריז, געניסט דער אָרטיקער ייִשובֿ פֿון אַ פּרעכטיקער פּלאַזשע, אַ גרויסער קאַסינאָ און אַ היפּאָדראָם.
דערצו זענען אויך פֿאַראַן פֿינף כּשרע רעסטאָראַנען, דרײַ הויפּט־שילן און מער ווי 20 קלענערע „שטיבלעך‟ צום דאַווענען. שוין צענדליקער יאָרן וואָס דאָס שיינע וואַקאַציע־אָרט איז באַליבט בײַ די פֿאַרמעגלעכע פּאַריזער ייִדן.
אָבער זינט דער אַנטיסעמיטיזם האָט זיך פֿאַרשטאַרקט אין פּאַריז, איז דאָוויל געוואָרן אַ סך מער ווי דאָס: ממש אַ מקום־מיקלט פֿאַר די פֿראַנצייזישע ייִדן — אַן אָרט, וווּ זיי קענען פּראַווען שבת און יום־טובֿ אָן זאָרג, אַז מע וועט זיי באַפֿאַלן.
„ס׳איז מיר אַ שטיין אַראָפּ פֿון האַרצן צו זײַן דאָ,‟ האָט באַמערקט פֿאַביען ביזמוט, אַ פּאַריזער ייִד וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין טוניזיע און פֿאַרמאָגט צוויי זומער־הײַזער אין דאָוויל. „איך קען פֿרײַ אַרומגיין אַזוי ווי אַמאָל, אָן פּחד.‟
ס׳איז אויך אַ מקום־מיקלט פֿאַר שמעון און נאַדיאַ ווילהעלם, אַ פֿרום פּאָרפֿאָלק מיט דרײַ קינדער. ווי נאָר זיי האָבן דערהערט, דעם 7טן יאַנואַר, אַז איסלאַמישע טעראָריסטן האָבן דערהרגעט 12 מענטשן אין די ביוראָען פֿון דער פֿראַנצייזישער סאַטירישער צײַטונג „שאַרלי העבדאָ‟ — און צוויי טעג שפּעטער, אַז פֿיר ייִדן זענען דערמאָרדעט געוואָרן אין אַ כּשרער שפּײַזקראָם, האָבן זיי לאַנג נישט געקלערט.
„נאָכן הערן די ערשטע ידיעות וועגן דעם אַטאַק אויפֿן סופּערמאַרק, האָבן מיר אויסגעלאָשן דעם טעלעוויזאָר, אײַנגעפּאַקט די קינדער און באַגאַזש אין אויטאָ, און אַוועק,‟ האָט נאַדיאַ דערציילט. „מיט דרײַ שעה שפּעטער זענען מיר אָנגעקומען אין דאָוויל, אַן אַנדערע וועלט. ס׳איז געווען ממש סוררעאַליסטיש.‟
פֿון דעסטוועגן, איז נישט קלאָר, צי די צאָל ייִדן וואָס קומען קיין דאָוויל וועט קאָנען פֿאַרבעסערן דעם עקאָנאָמישן מצבֿ פֿונעם שטעטל. ווי אַ סך שטעטלעך בײַם ים, האָט דאָוויל לעצטנס געליטן אַ שטאַרקן קלאַפּ צוליב די שווערע פֿינאַנציעלע צײַטן, און אַ צאָל אייגנטימער פֿון זומערהיימען האָבן שוין געמוזט פֿאַרקויפֿן זייערע שטיבער. דערצו האָבן אַ סך פֿראַנצייזישע ייִדן לעצטנס עולה געווען קיין ישׂראל.
הרבֿ שמואל לעווין, דער חב״ד־שליח אין דאָוויל, האָט אָבער דערקלערט, אַז דאָס שטעטל דינט הײַנט ווײַטער ווי אַ לעבעדיקער טרעפֿפּונקט פֿון ספֿרדישע און אַשכּנזישע פּענסיאָנערן. „אין אַ זוניקן טאָג קען מען הערן ווי עלטערע אַשכּנזישע ייִדן שמועסן אויף ייִדיש; דערנאָך הייבן זיי אָן רעדן פֿראַנצייזיש, כּדי צו דערציילן וויצן צו די אַלטע טוניזיער ייִדן, וועלכע ענטפֿערן זיי אויף אַן אַראַביש־אַקצענטירטן פֿראַנצייזיש,‟ האָט לעווין געזאָגט.
דער חב״ד, וואָס איז געקומען קיין דאָוויל אין די 1990ער יאָרן, איז נישט די איינציקע גרופּע, וואָס האָט דערקענט דעם ייִדישן פּאָטענציאַל דאָ: אין 2013 האָט די שטאָט געעפֿנט די „גרויסע שיל פֿון דאָוויל‟ — צום טייל, פֿינאַנצירט דורך דער רעגירונ. דערצו פֿאָרן פּאָליציאַנטן כּסדר איבערן ראַיאָן אויף זייערע וועלאָסיפּעדן. זייער זאָרג איז אָבער וועגן מעגלעכע קרימינעלע אַקציעס, ווײַל אַנטיסעמיטישע אַקציעס זענען דאָ אַ זעלטענע זאַך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.