אַ חסידיש מיידל לערנט זיך ווי ליב האָבן איר ברודערל

A Hasidic Girl Learns How to Love Her Little Brother

Avi Burstein

פֿון מאַדיסאָן מאַרגאָלין (Forward)

Published August 12, 2015, issue of September 04, 2015.

דזשודי בראַון, וועלכע איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ חסידישער היים אין ברוקלין, פֿלעגט זאָגן, אַז איר ברודערל איז „ממש אַ משוגענער‟. קיינער האָט נישט פֿאַרשטאַנען דאָס ייִנגל, וואָס האָט אָפֿט מיט אַ ווילדער ענערגיע געפֿלאַטערט מיט די הענטלעך. דזשודי אַליין האָט געהאָפֿט, אַז ער וועט פּשוט פֿאַרשוווּנדן ווערן, ווי דער נעכטיקער טאָג.

אין איר נײַעם בוך זכרונות, This Is Not a Love Story [דאָס איז בפֿירוש נישט קיין ליבע־ראָמאַן], דערציילט דזשודי ווי זי פֿלעגט בעטן בײַ הקדוש ברוך הוא אויסצוהיילן איר ברודערל, ווײַל דאָס איז איר געווען, שרײַבט זי, „וויכטיקער ווי נײַע אויעררינגלעך אָדער אַ נײַ קלייד, וויכטיקער ווי אויסצומײַדן אַ מגפֿה אָדער אַ טריקעניש. כ׳האָב געמאַכט אַ נדר, אַז איך וועל פֿאַסטן פֿערציק מעת־לעת, און דערנאָך — בײַם זון־אויפֿגאַנג פֿונעם 41סטן טאָג, וועט גאָט מאַכן מײַן משוגענעם ברודער — נאָרמאַל‟.

בראַונס תּענית האָט אָבער נישט געדויערט מער ווי אַ האַלבן טאָג, און איר ברודער איז טאַקע נישט געוואָרן „נאָרמאַל‟. נאָך אַ לאַנגער ריי וויזיטן צו דאָקטוירים און פּסיכאָלאָגן איבער ניו־יאָרק, האָט אַ ישׂראלדיקער דאָקטער אים, סוף־כּל־סוף, געשטעלט דעם דיאַגנאָז: אויטיזם. די משפּחה האָט אים געבראַכט קיין ירושלים, וווּ ער איז געבליבן וווינען אין אַ שול פֿאַר קינדער מיט ספּעציעלע באַדערפֿענישן. דזשודי, וואָס איז הײַנט 35 יאָר אַלט, האַלט, אַז ווען איר ברודער וואָלט הײַנט געבוירן געוואָרן אין אַזאַ מצבֿ, וואָלט ער קיין מאָל נישט געדאַרפֿט פֿאַרלאָזן ברוקלין.

אויטיזם איז אַ גײַסטיקע קראַנקייט — אַ רעזולטאַט פֿון אַ נעווראָלאָגישער שטערונג, כאַראַקטעריזירט דורך שוועריקייטן בײַם קאָמוניקירן און אויסקומען מיט אַנדערע מענטשן, ווי אויך אַנדערע אומגעוויינטלעכע אויפֿפֿירונגען און אינטערעסן.

דזשודי דערציילט, אַז ווען זי איז געווען אינעם דריטן קלאַס, האָט זי געגלייבט, אַז איר ברודערל איז אַ קללה אויף דער משפּחה און, אַז דאָס וועט שפּעטער שטערן אירע אייגענע שידוכים. זי האָט געהערט פֿון די שכנים, אַז אירע טאַטע־מאַמע האָבן געהאַט חתונה געהאַט אָן אַ געהעריקן שידוך, און האָבן זיך פֿאַרליבט „ווי גויים אין אַ באָבע־מעשׂה‟. בײַם מיידעלע אין דמיון האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז גאָט האָט דערפֿאַר באַשטראָפֿט אירע עלטערן מיט אַ „משוגענעם‟ זון.

ער איז טאַקע געווען צווישן די איינציקע קינדער, וואָס זי האָט געקענט, מיט שווערע לערן־פּראָבלעמען — צום טייל, ווײַל אין יענע צײַטן פֿלעגן די חסידישע עלטערן אַוועקשיקן זייערע צוריקגעשטאַנענע אָדער גײַסטיק קראַנקע קינדער, כּדי „קיינער זאָל נישט וויסן‟.

דזשודי, וועלכע אידענטיפֿיצירט זיך הײַנט ווי מאָדערן־אָרטאָדאָקסיש, האַלט, אַז ס׳איז דעמאָלט געווען אַ סך עם־הארצות וועגן אויטיזם — און נישט בלויז אין דער חסידישער וועלט. זי האָט אַנטדעקט, אַז די זעלבע קאָנפֿליקטן, וואָס זי האָט געפֿילט אין שײַכות מיט איר ברודער, זענען אויך פֿאָרגעקומען בײַ סעקולערע משפּחות.