דער פֿראַנצויזישער היסטאָריקער פּאַטריס גוועניפֿי, געבוירן אין 1955, איז דער דירעקטאָר פֿונעם „קונסט־צענטער פֿאַר פּאָליטישע פֿאָרשונגען אויפֿן נאָמען פֿון ריימאָן אַראָן‟ בײַ דער פּאַריזער „שול פֿון העכערע שטודיעס פֿון סאָציאַלע דיסציפּלינען‟. אינעם יאָר 2013 האָט ער אַרויסגעגעבן זײַן בוך „נאַפּאָלעאָן באָנאַפּאַרט: 1769—1802‟. נישט לאַנג צוריק, האָט דער האַרוואַרד־אוניווערסיטעט פּובליקירט די ענגלישע איבערזעצונג פֿון זײַן ווערק.
הײַיאָר, האָט מען דעם 18טן יוני אָפּגעמערקט דעם 200סטן יאָרטאָג זינט דער גורלדיקער שלאַכט בײַ וואַטערלאָאָ — די לעצטע גרויסע מיליטערישע קאַמפּאַניע פֿונעם באַרימטן פֿראַנצויזישן אימפּעראַטאָר. מיט אַ חודש שפּעטער, האָט נאַפּאָלעאָן געבעטן בײַ בריטאַניע אַ פּאָליטישן מקום־מיקלט און פֿאַרשיקט געוואָרן אויף אַן אינדזל, וווּ ער האָט שטיל פֿאַרבראַכט די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן. אין זײַן שמועס מיטן Forward, האָט גוועניפֿי דערציילט וועגן די סתּירותדיקע באַציִונגען צווישן נאַפּאָלעאָן און ייִדן.
דער היסטאָריקער האַלט, אַז בדרך־כּלל האָט דער גרויסער אימפּעראַטאָר זיך באַצויגן גוט צו דער ייִדישער קהילה, אָבער געשטרעבט זי צו אַסימילירן און פֿאַרוואַנדלען פֿון אַ באַזונדערער גרופּע אין אַן אינטעגראַלן טייל פֿון דער פֿראַנצויזישער נאַציע. אין געוויסע קרײַזן האָט מען געגלייבט, אַז נאַפּאָלעאָן אַליין האָט געשטאַמט פֿון ייִדן. גוועניפֿי האָט באַמערקט, אַז אַזעלכע קלאַנגען איז אוממעגלעך צו באַשטעטיקן אָדער אָפּצולייקענען, ווײַל נאַפּאָלעאָנס ביאָגראַפֿיע בלײַבט פֿאַרנעפּלט מיט כּלערליי לעגענדעס און אָפּטײַטשן. לויט אַן אַנדער לעגענדע, איז אין זײַנע אָדערן אויך גערונען אַפֿריקאַניש בלוט. ווער ווייסט? אַזוי צי אַזוי, האָט דערקלערט דער היסטאָריקער, איז נאַפּאָלעאָן געווען אַ פּראַגמאַטיקער און האָט געהאַט אין זינען פּאָליטישע, און נישט רעליגיעזע, כּוונות.
גוועניפֿי איז מסכּים מיט די ייִדישע לעגענדעס, לויט וועלכע אַ טייל ייִדן האָבן באַטראַכט נאַפּאָלעאָנען ווי אַ מין משיחישן פֿירער און האָבן אַפֿילו געגעבן זייערע קינדער זײַן נאָמען. דער היסטאָריקער האָט דערמאָנט מאַרטין בובערס בוך „לשם־שמים‟, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן די היפּוכדיקע שטימונגען צווישן די חסידים. געוויסע חסידישע צדיקים האָבן אַסאָציִיִרט דעם פֿראַנצויזישן אימפּעראַטאָר מיט ביאת־המשיח; אַ טייל אַנדערע האָבן אָבער אַקטיוו געקעמפֿט קעגן אים.
די באַקאַנטע ייִדיש־שטאַמיקע קריסטלעכע פֿראַנצויזישע דענקערין סימאָן ווייל האָט אינעם יאָר 1940 באַטראַכט נאַפּאָלעאָנס ירושה ווי אַ קוואַל פֿון היטלעריזם. גווינעפֿי איז בשום־אופֿן נישט מסכּים מיט אַזאַ פֿאַרגלײַכונג. הגם דער אימפּעראַטאָר האָט זיך אויפֿגעפֿירט ווי אַ מין מאַניאַק, וועלכער האָט געפּרוּווט איבערצונעמען די גאַנצע וועלט, און צוליב דעם צום סוף פֿאַרשפּילט, האָט ער ערנסט געגלייבט, אַז די מענטשלעכע געזעלשאַפֿט מוז באַגרינדעט ווערן אויפֿן יסוד פֿון פֿרײַהייט.
אַ טייל קריטיקער באַמערקן, אַז נישט געקוקט אויף נאַפּאָלעאָנס ענטוזיאַסטישע באַמיִונגען צו עמאַנציפּירן די ייִדן, האָט ער אויף אַ פּריוואַטן אופֿן זיך אָפּגערופֿן וועגן זיי בפֿירוש אַנטיסעמיטיש. נישט געקוקט אויף דעם, גלייבט נישט גוועניפֿי, אַז נאַפּאָלעאָן איז באמת געווען אַן שׂונא־ישׂראל. אין יענער תּקופֿה האָבן די פּאָליטיקער נישט אַלעמאָל גערעדט „פּאָליטיש קאָרעקט‟ און האָבן צומאָל אויסגענוצט שאַרפֿע און העסלעכע קללות לגבי געוויסע גרופּעס מענטשן, נישט מיינענדיק עס צו ערנסט. למשל, ווען נאַפּאָלעאָן איז געווויר געוואָרן, אַז זײַן שוועסטער פֿירט אַ ראָמאַן מיטן ברודער פֿונעם אַפֿריקאַניש־שטאַמיקן שרײַבער אַלעקסאַנד דומאַ, איז ער געוואָרן אין כּעס, אַז זײַן שוועסטער איז „געשלאָפֿן מיט אַ שוואַרצן‟. דאָס מיינט אָבער נישט, אַז ער איז געווען אין אַלגעמיין אַ ראַסיסט.
אינעם יאָר 1808 האָט נאַפּאָלעאָן אײַנגעפֿירט געוויסע אַנטיסעמיטישע געזעצן, לויט וועלכע די רעכט פֿון די פֿראַנצויזישע ייִדן זענען ממשותדיק באַגרענעצט געוואָרן. גוועניפֿי מיינט, אַז די מאָטיוון דערפֿון זענען געווען דיפּלאָמאַטישע; דער רוסישער צאַר האָט פֿײַנט געהאַט די פֿראַנצויזישע פּאָזיטיווע באַציִונג צו די ייִדן, דערפֿאַר האָט נאַפּאָלעאָן געוואָלט ווײַזן, אַז זײַן אימפּעריע איז נישט אַזוי „פּראָ־ייִדיש‟.
פֿונדעסטוועגן, ווי דער היסטאָריקער האָט באַמערקט, האָט נאַפּאָלעאָן זיכער געהערט צו אַ סכּנותדיקן טיפּ מענטשן. זײַן גרעסטער חסרון איז געווען נישט אַנטיסעמיטיזם אָדער אַפֿילו דעספּאָטיזם, נאָר דאָס מאַניאַקאַלע גלויבן, אַז אַלץ אין דער וועלט קאָן מען בײַטן, דורכפֿירן און איבערקערן מיט זײַן כּלומרשט אומבאַגרענעצטער מאַכט. הגם קיין שרעקלעכער „הילטעריסט‟ איז ער זיכער נישט געווען, טאָר מען אים אויך נישט פֿאַרוואַנדלען אין אַ צדיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.