אַ מיינונג־קאָלום פֿון אַ לאַנג־יאָריקן זשורנאַליסט, אין אַ רעכט־געשטימטער צײַטונג, וואָס איר לייענערשאַפֿט באַשטייט, דער עיקר, פֿון רעליגיעזע מענטשן, האָט זיך געעפֿנט מיט די פֿאָלגנדיקע שורות:
„אויב רות־המואביה וואָלט געוואָלט זיך מגייר זײַן דורך דעם ראַבינאַט אין יאָר תשע”ה, וואָלט זי געהאַט אַ קליינעם שאַנס דורכצוגיין די שטרענגע גיור־קאָמיסיעס.‟
ווײַטער ווערן פּרטימדיק אָנגערופֿן די סיבות, וואָס האָבן לויט זײַן מיינונג געבראַכט דערצו: „די חרדישע הערשאַפֿט אין דער אויסווײַל־קאָמיסיע רעדוצירן צום מינימום דעם רצון פֿון אירע רבנים, אויסצואַרבעטן אַ פּלאַן צו לייזן די אַקטועלע פּראָבלעם — דעם גיור פֿון דער מאַסן־עוליה.‟
אָט די שורות רעזומירן, בקיצור, די שפּאַנונגען און חילוקי־דעות, וואָס שטייען הינטער דער נײַער איניציאַטיוו, וועלכע קומט אַרויס פֿון דער אָרטאָדאָקסישער וועלט — צו גרינדן אַן אַלטערנאַטיוון בית־דין, וואָס וועט זיך באַשעפֿטיקטן נאָר מיט גיור.
אין וואָס גייט עס דאָ? די רבנים, וואָס האָבן געגרינדעט די „מכונים‟, די אומאָפּהענגיקע גיור־אַנשטאַלטן האַלטן, אַז צו „ייִדישן‟ די נישט־ייִדן, וואָס זענען עולה געווען לויטן מדינה־געזעץ פֿון צוריקקער, איז אַן ערשט־ראַנגיקע מיסיע, און זיי פֿאַרגלײַכן זי מיט די שטרויכלונגען אין די צײַטן פֿון עזרא־הסופֿר.
הײַנט גייט די רייד וועגן 280־350 טויזנט נפֿשות, נישט ייִדן לויטן ייִדישן דין, וואָס זענען שוין כּמעט פֿולשטענדיק אינטעגרירט געוואָרן אין דער ייִדישער באַפֿעלקערונג; אויב אַ מאָל האָבן עקזיסטירט מחיצות פֿון קולטורעלער און שפּראַכלעכער פֿרעמדקייט, זענען אין די הײַנטיקע צײַטן אָט די מחיצות כּמעט אין גאַנצן געפֿאַלן. 25 יאָר נאָכן אָנהייב פֿון דער עליה־כוואַליע, זענען די קינדער פֿון די עולים געוואָרן עכטע ישׂראלים: זיי באַהערשן העברעיִש בעסער פֿון רוסיש, דער אַקצענט איז פֿאַרשוווּנדן, זיי לערנען זיך אין די זעלבע שולן, דינען אין די זעלבע איינהייטן, אָדער זענען קאָלעגעס בײַ דער אַרבעט.
די נעמען פֿון די קינדער, וואָס זענען געבוירן געוואָרן דאָ, זענען ישׂראלדיק: יעל, תּמר, אורי און מאיה; זיי קלינגען שוין ווי די נעמען פֿון די אײַנגעזעסענע ישׂראלים. די רבנים פֿאַרשטייען, אַז די „רוסישע‟ וועלן נישט אייביק חתונה האָבן צווישן זיך. אַ רוסיש־ישׂראלדיקע חתונה ווערט הײַנט אָנגענומען ווי אַ זעלבסטפֿאַרשטענדלעכע שׂימחה. און אויב דער רוסישער צד איז נישט ייִדיש, פֿאָרט מען קיין פּראַג, וווּ מע רעגיסטרירט דעם שידוך — און געלייזט די פּראָבלעם. דאָס וואָס אַ גרויסע צאָל מענטשן קען נישט געזעצלעך חתונה האָבן אין דער מדינה, אין וועלכער זיי לעבן, וועט פֿאַרשטאַרקן דעם דרוק פֿאַר אַן אָפֿיציעלער, נישט רעליגיעזער חתונה, וואָס מע וויל דאָס אויך אויסמײַדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.