ראָזיע גלאַזער איז געווען אַ לײַכטזיניקע און פֿרײַע ייִדישע טענץ־לערערין, וועלכע האָט ליב געהאַט די דזשעז־מוזיק און אַ קאָמפּאַניע פֿון אָנגענעמענע מענער. ווען די נאַציס זענען אין 1940 געקומען צו דער מאַכט אין האָלאַנד, וווּ זי האָט געוווינט, האָט זי נישט אויפֿגענומען ערנסט זייערע מערדערישע כּוונות, און חוזק געמאַכט פֿון די דײַטשישע אָקופּאַנטן.
צוליב דעם, וואָס די נאַציס האָבן באַטראַכט די בלאָנדע טענצערין ווי אַן „אַרישע‟ פֿרוי, האָט זי איגנאָרירט דעם געזעץ, לויט וועלכע די ייִדן האָבן געמוז טראָגן אַ געלן צייכן, און האָט פּאָזירט אויף די פֿאָטאָגראַפֿיעס צווישן די דײַטשע זעלנער לעבן אַ קאַפֿע, וווּ ס׳איז געהאַנגען די וואָרענונג, אַז אַ ייִד טאָר זיך דאָרטן נישט באַווײַזן.
צום סוף האָבן די נאַציס געכאַפּט דאָס „כוליגאַנישע‟ ייִדישע מיידל און זי פֿאַרשיקט קיין אוישוויץ. אינעם טויט־לאַגער, האָט זי ממשיך געווען איר טעטיקייט און אָנגעהויבן לערנען די אָפֿיצירן פֿון „עס־עס‟ צו טאַנצן. דאָס האָט איר געהאָלפֿן זיך צו געבן אַ קלוגע עצה צו אַנטלויפֿן און איבערלעבן די מלחמה.
ראָזיע גלאַזער איז ניפֿטר געוואָרן אין יאָר 2000. נישט לאַנג צוריק, האָט איר האָלענדישער פּלימעניק, פּאָל גלאַזער, פֿאַרעפֿנטלעכט אין ענגלאַנד דאָס ערשטע ביאָגראַפֿישע בוך וועגן זײַן מומעס אויסערגעוויינטלעך אינטערעסאַנטער לעבנס־געשיכטע. דער מחבר פֿון דער ביאָגראַפֿיע, וואָס טראָגט דעם נאָמען „טאַנצן מיטן שׂונא‟, האָט דערקלערט, אַז זײַן מומע האָט צומאָל נישט פֿאַרשטאַנען, אַז זי געפֿינט זיך אין אַ טויט־סכּנותדיקער סיטואַציע. פֿון דער צווייטער זײַט, האָט זי אויסגענוצט אַ ריי געלעגנהייטן און קלאָר פֿאַרשטאַנען, וואָס זי טוט. אַזוי צי אַזוי, האָט זי דער שפּילעוודיקער לײַכטזיניקער כאַראַקטער געראַטעוועט פֿונעם טויט.
הײַיאָר, איז פּאָל גלאַזער אויפֿגעטראָטן מיט אַ לעקציע וועגן זײַן מומע אויף דער „לימוד־קאָנפֿערענץ‟ אין מאָסקווע. ווען די נאַציס האָבן געשטעמפּלט איר פּאַספּאָרט מיט אַ צייכן פֿון איר ייִדישן אָפּשטאַם, האָט זי עס פּשוט אויסגעמעקט. ברעכנדיק די נאַצי־געזעצן, האָט זי ווײַטער אָנגעפֿירט מיט די טאַנץ־קלאַסן אין האָלאַנד און האָט אַפֿילו געשאַפֿן אַ פֿילם מיט אירע טענץ אין 1941. ס׳זעט אויס, אַז אין אַמסטערדאַם איז דעמאָלט נאָך געבליבן אַ פֿרײַע קולטור־סבֿיבֿה.
גלאַזערס אייפֿערזיכטיקער געוועזענער נישט־ייִדישער מאַן איז געוואָרן אַ פֿאַרביסענער נאַצי און האָט אינפֿאָרמירט די רעגירונג וועגן די ייִדישע וואָרצלען פֿון דער טענצערין. די נאַצי־רעגירונג האָט זי אַרײַנגעשריבן אין דער שוואַרצער ליסטע און פֿאַרווערט דורכצופֿירן דעם גראַדויִר־באַל פֿאַר איר טאַנץ־קלאַס אינעם יאָר 1942. אַנשטאָט אַן אָפֿיציעל אָרט, האָט זי אָרגאַניזירט דעם באַל אין אַ דאָרפֿישן שטאַל, און זיך פֿאָטאָגראַפֿירט מיט אירע תּלמידים.
כּדי אויסצומײַדן די דעפּאָרטאַציע, האָט גלאַזער צוגעגנבֿעט אַ פּאַספּאָרט בײַ אַן אַנדער פֿרוי, אַוועקגעפֿאָרן אין אַן אַנדער שטאָט און זיך באַזעצט אין אַ הויז פֿון אַ דײַטשישער פֿרוי און אַ האָלענדישן נאַצי. אַ געוועזענער געליבטער האָט זי אָבער געמסרט — דאָס מאָל פֿאַר געלט — און זי איז פֿאַרשיקט געוואָרן קיין אוישוויץ.
דער טענצערין האָט זיך אָבער אײַנגעגעבן צו דינען ווי אַן אַסיסטענטקע בײַ אַ דײַטשישן אָפֿיציר. איידער זי האָט באַקומען אַזאַ פּאָזיציע, האָט מער איבער איר דורכגעפֿירט אַ ריי מעדיצינישע עקספּערימענטן, נאָך וועלכע זי האָט מער נישט געקאָנט האָבן קיין קינדער. צוליב דעם, וואָס די טענצערין האָט נישט מורא געהאַט פֿאַר די זעלנער, גערעדט און אויסגעזען ווי אַן עכט דײַטשיש מיידל, האָבן נישט ווייניק נאַציס זי אויפֿגענומען ווי אַן אייגענע. שעהען־לאַנג האָט זי געטאַנצט מיט די אָפֿיצירן, צומאָל צוזאַמען מיט זייערע חבֿרטעס. דער מחבר פֿון דער ביאָגראַפֿיע באַמערקט, אַז איר מומע האָט פֿאַרבראַכט די נעכט מיט די פּאַרשוינען, וועלכע האָבן בײַטאָג געדינט אין דער אַרמיי, וואָס האָט געשטעלט דעם ציל אומצוברענגען אַלע ייִדן.
אינעם יאָר 1944, האָט ראָזיע גלאַזער אויסגעפֿונען, אַז דער שוועדישער „רויטער קרייץ‟ קלײַבט זיך אויסצוטוישן די דענישע אַסירים אין אוישוויץ אויף דרײַ דײַטשישע געפֿאַנגענע זעלנער. האָט זי זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ דענישער פֿרוי, באַפֿרײַט געוואָרן און אָנגעקומען קיין שוועדן, וווּ זי האָט זיך ווידער פֿאַרנומען מיט טענצערײַ.
במשך פֿון אַ סך יאָר, האָט פּאָל גלאַזער נישט געוווּסט, אַז זײַן טאַטע, דער ברודער פֿון ראָזיע, וועלכער האָט זיך אויסבאַהאַלטן פֿון די נאַציס בשעת דער מלחמה, שטאַמט פֿון אַ ייִדישער משפּחה. ראָזיע האָט זיך אַלעמאָל געקריגט מיטן ברודער, וועלכער האָט געגלייבט, אַז זייער מאַמע איז אומגעקומען צוליב דעם „חוצפּהדיקן‟ לעבנס־שטייגער פֿון זײַן שוועסטער. סוף־כּל־סוף, האָט זי דערציילט דער פּלימעניק איר לעבנס־געשיכטע; אויף דער מאָסקווער „לימוד‟־קאָנפֿערענץ, האָט פּאָל ברעגער דערקלערט, אַז צוליב דער מומע פֿילט ער זיך הײַנט ווי אַ ייִד.
ראָזיע גלאַזער האָט געבעטן צו קרעמירן איר גוף נאָכן טויט און אַרײַנוואַרפֿן דאָס אַש אינעם ים, אויף וועלכן זי פֿלעגט קוקן, זיצנדיק בײַם פֿענצטער אין איר שטאָקהאָלמער דירה; אין שוועדן איז אַזאַ אומגעוויינטלעכע קבֿורה אומגעזעצלעך, טאָר מען עס נישט צו טאָן, אָבער דער פּלימעניק האָט מקיים געווען דער מומעס בקשה, כּדי צו געבן איר די געלעגנהייט צום לעצטן מאָל אָפּצוטאָן עפּעס קעגן דעם געזעץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.