רבֿקה טקאַטש, וועלכע איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ פֿרומען ראַיאָן פֿון ברוקלין און אַרבעט איצט ווי אַ סאָציאַלע פּסיכאָלאָגין, ווייסט, אַז אַ סך ייִדן אין איר קהילה האָבן נישט ליב צו רעדן וועגן ראַק. ווען טקאַטש האָט ספּעציעל אונטערוויויִרט וועגן דעם אַ גרופּע פֿרומע ייִדישע פֿרויען אין דעטרויט, מיט פֿיר יאָר צוריק, האָט זי אויסגעפֿונען די סיבה: אַ סך אויסגעפֿרעגטע האָבן געזאָגט, אַז זיי ווילן נישט גיין צו אַ דאָקטער, כּדי צו מאַכן זיכער, אַז זיי האָבן נישט קיין ראַק, ווײַל כּל־זמן מע באַקומט נישט דעם שרעקלעכן דיאַגנאָז, איז גרינגער אויסצובעטן דעם באַשעפֿער מבֿטל צו זײַן די גזירה. ווי איין דערטרויטע פֿרוי האָט דערקלערט, גלייבט זי, אַז ווען אַ דאָקטער געפֿינט עפּעס נישט גוטס אויף דער מאַמאָגראַם, ווערט אויפֿן הימל „געפּסקנט‟ דער גזר־דין.
די 37־יאָריקע פּסיכאָלאָגין האָט זיך באַזעצט אין דעטרויט, צוזאַמען מיט איר מאַן און פֿיר קינדער, כּדי צו פֿאַרענדיקט איר „פּאָסטדאָק‟־שטודיעס בײַם אָנקאָלאָגישן אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון באַרבאַראַ־ען קאַרמאַנאָס. טקאַטש האָט איבערגעגעבן, אַז איר טאַטע איז געשטאָרבן פֿון ראַק, ווען זי איז געווען אַ קינד. זי גלייבט אויך אין באַהאַלטענע ניסים, אָבער האָט פֿריִער נישט געוווּסט, אַז געוויסע מענטשן ווילן צוליב דעם נישט גיין צום דאָקטער.
בעת אַ יערלעכער קאָנפֿערענץ וועגן ראַק, איז טקאַטש אויפֿגעטראָטן מיט אַ לעקציע וועגן דער פּראָבלעם, אַז אין דער פֿרומער וועלט וויל נישט דער עולם רעדן וועגן „יענער מחלה‟. אַן אַנדער לעקטאָרין, וועלכע האָט דערציילט וועגן די אַראַבער אין אַמעריקע, האָט געזאָגט, אַז בײַ די אַראַבישע פֿרויען איז פֿאַרשפּרייט די זעלבע באַציִונג.
צווישן די אַשכּנזישע ייִדישע פֿרויען איז אויך פֿאַרשפּרייט די אומבאַוויליקייט אויסצוגעפֿינען געוויסע ספּעציפֿישע גענעטישע מוטאַציעס, וואָס טרעפֿן זיך אומגעוויינטלעך אָפֿט צווישן די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן און קאָנען גורם זײַן דעם ראַק. האָבדיק מורא קאַליע צו מאַכן די שידוכים פֿון זייערע קינדער, גלייבן אַ סך פֿרויען, אַז ס׳איז בעסער נישט צו וויסן וועגן אַזעלכע פּאָטענציעלע פּראָבלעמען בכלל.
בשותּפֿות מיט הרבֿ דניאל נוישטאַדט פֿונעם דעטרויטער וועד־הרבנים, וועלכער האָט אַקטיוו געשטיצט די שטודיע, און מיט דער „אָרטאָדאָקסישער פֿרויען־ליגע‟, האָט דער פֿאָרשערין זיך אײַנגעגעבן אויסצופֿרעגן דעם אָרטיקן פֿרומען עולם. אַחוץ די דערמאָנטע סיבות, גלייבן אַ טייל אינטערוויויִרטע נישט, אַז דאָס באַקוקט ווערן דורך אַ דאָקטער העלפֿט אויסצומײַדן די סכּנותדיקע מחלה. „וואָס באַשערט איז באַווערט‟, האָט עמעצער באַמערקט. אַן אַנדער פֿאַקטאָר איז די מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג. עטלעכע אויסגעפֿרעגטע האָבן געמיינט, אַז די פּרעווענטיווע מיטלען קעגן דעם ראַק קאָסטן אַ סך געלט. אַ סך פֿרויען האָבן אויך נישט גענוג צײַט פֿאַר די דאָקטוירים, ווײַל זיי מוזן האָדעווען די קינדער און גרייטן די שפּײַז לכּבֿוד שבת.
נאָך די פֿאָרלויפֿיקע פֿאָרשונגען, האָט טקאַטש צעשיקט אַ בליצפּאָסט־אַנקעטע צו 450 פֿרומע פֿרויען. 58 פּראָצענט פֿון זיי האָבן געענטפֿערט. אויפֿן סמך פֿון דער געזאַמלטער אינפֿאָרמאַציע; האָט די פֿאָרשערין מיט אירע קאָלעגן אויסגעאַרבעט אַ ספּעציעלע פּראָגראַם פֿון תּורה־שיעורים, ווי אַ טייל פֿון די כּלה־קלאַסן, כּדי די יונגע פֿרויען זאָלן וויסן, אַז ס׳איז וויכטיק זיך צו זאָרגן, ווי געהעריק, וועגן זייער געזונט־מצבֿ.
אין דעצעמבער 2014 איז פֿאָרגעקומען די ערשטע סעריע שיעורים, אין וועלכע עס האָבן זיך באַטייליקט 60 פֿרויען. די באַטייליקטע האָבן זיך גוט אָפּגערופֿן וועגן דער פּראָגראַם. שבֿע זיגדון, אַ 31־יאָריקע סאָציאַלע באַאַמטע, וועלכע האָט זיך באַטייליקט אין די לימודים צוזאַמען מיט איר מאַמען, גלייבט, אַז דער געדאַנק צו קאָמבינירן די מעדיצינישע און פֿרומע עלעמענטן אין די שיעורים, איז געווען אַ געראָטענער. „דער אייבערשטער וועט אונדז העלפֿן, אָבער מיר דאַרפֿן טאָן אונדזער חלק‟. נאָך דער בקשה פֿון עטלעכע פֿרומע פֿרויען אין דעטרויט, קלײַבט זיך טקאַטש דורכצופֿירן אַ נײַע פּראָגראַם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.