ידיעות פֿון מאָסקווע

News From Moscow

דער סקולפּטאָר וואַדים סידור
דער סקולפּטאָר וואַדים סידור

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published August 19, 2015, issue of September 04, 2015.

אַן אַטאַק פֿון די פּראַוואָסלאַוונע אַקטיוויסטן

די ייִדישע טעמע איז ווידער געוואָרן וויכטיק אין די אַלגעמיינע רוסישע נײַעס. ערבֿ־שבת האָט אַ גרופּע פּראַוואָסלאַוונע אַקטיוויסטן זיך אַרײַנגעריסן אויף דער אויסשטעלונג פֿון וואַדים סידור, „סקולפּטורן וואָס מיר זעען ניט‟. זיי האָבן דערקלערט, אַז די סקולפּטורן באַליידיקן די געפֿילן פֿון די גלייביקע, און צעשטערט עטלעכע פֿון זיי — 4 קרייציקונגען און אַ סטאַטוע פֿון יוחנן דעם טויפֿער.

וואַדים סידור איז געווען אַ ייִדישער סקולפּטאָר און אַ פּאָעט פֿון סאָוועטישע צײַטן, אַ טוער פֿון נאָנקאָנפֿאָרמיזם. אַ ריי זײַנע ווערק זענען געווידמעט דעם חורבן — „טרעבלינקע‟, „פֿאָרמולע פֿון טרויער‟, „באַבי יאַר‟.

די אויסשטעלונג קומט פֿאָר אינעם פּרעסטיזשפֿולן זאַל אין דער שטאָט, אין מאָסקווער מאַנעזש.

עטלעכע זשורנאַליסטן זעען די סיבה פֿון דעם אַטאַק אינעם סקולפּּטאָרס ייִדישן אָפּשטאַם, אָבער דאָס רובֿ זאָגט, אַז די רייד גייט, קודם־כּל, וועגן די פּאָזיציעס פֿון דער פּראַוואָסלאַוונער קירך אין רוסלאַנד. די קירך האָט ניט אָנגענומען דאָס אַחריות פֿאַר דער אַקציע; זי האָט אָבער אונטערגעהאַלטן די אַקטיוויסטן און דערקלערט, אַז טאָמער וואָלט די אויסשטעלונג ניט באַליידיקט די געפֿילן פֿון די פּראַוואָסלאַוונע, וואָלט קיין אַטאַק ניט געשען.

די אַקטיוויסטן ווערן ניט אַרעסטירט, קיין שטראָף האָבן זיי אויך ניט געקראָגן. אַזוי צי אַנדערש, רעדט די געזעלשאַפֿט שוין עטלעכע טעג אַרום די ווערק פֿונעם וווּנדערלעכן ייִדישן סקולפּטאָר וואַדים סידור.


אַ רעפֿעראַט וועגן דער קאָנצעפּציע פֿון טויט אין דער פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם 20סטן י״ה

דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי איז ממשיך זײַן פּראָגראַם פֿון עפֿנטלעכע רעפֿעראַטן. אין די ראַמען פֿון דער אויסשטעלונג „צווישן צוויי וועלטן‟ איז פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש מיטן פֿילאָסאָף איגאָר מיכײַלאָוו. ער האָט געהאַלט אַ רעפֿעראַט וועגן דער קאָנצעפּציע פֿון טויט אין דער פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם 20סטן י״ה. די רייד איז געגאַנגען וועגן דעם דיסקורס פֿון טויט און לעבן אין דער עקזיסטענציאַלער פֿילאָסאָפֿיע, וועגן דעם פֿילאָסאָפֿישן באַזיניקן די גרעסטע היסטאָרישע קאַטאַסטראָפֿעס פֿונעם 20סטן י״ה, טאָטאַליטאַרע רעזשימען און מלחמות.


„וויקיפּעדיע‟ — די פֿאָלקס־ענציקלאָפּעדיע

נאָך איין רעפֿעראַט אין מוזיי איז דורכגעפֿירט געוואָרן בשותּפֿות מיט דער וויסנשאַפֿטלעכער־פּאָפּולערער צײַטשריפֿט „לאָגאָס‟, און האָט געהייסן, „וויסן אויסער אַקאַדעמיע — וויקיפּעדיע‟. ס’איז גוט באַוווּסט, אַז די מערבֿדיקע אוניווערסיטעטן און וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיעס האָבן קיינמאָל ניט געהאַט קיין מאָנאָפּאָליע אויף וויסן; זיי האָבן דאָך שטענדיק געהאַט קאָנקורענטן: ביבליאָטעקן און מאָנאַסטירן, מוזייען, פּראָפֿעסיאָנעלע און ליטעראַרישע קלובן און קרײַזן. אין דעם גערעם ווערט אויך באַטראַכט די וויקיפּעדיע, אַ פּראָיעקט פֿון אַ פֿאָלקס־ענציקלאָפּעדיע, וואָס טעאָרעטיש וואָלט ניט געהאַט קיין שאַנס מצליח צו זײַן, און איז דאָך יאָ מצליח געווען. דעם רעפֿעראַט האָט געהאַלטן מיכאיִל מאַיאַצקי, היסטאָריקער פֿון פֿילאָסאָפֿיע פֿון פֿריבורג (שווײַץ).


אַ טור איבער דער אַמאָליקער „מאָסקווער ייִדישער געטאָ‟

דער מוזיי אָרגאַניזירט אויך אַ ריי עקסקורסיעס מיטן נאָמען „די מאָסקווער ייִדישע קהילה אין 19טן, אָנהייב 20סטן י״ה‟. די וואָך איז פֿאָרגעקומען די ערשטע פֿון זיי. מע האָט געקענט זען די אַזוי גערופֿענע „מאָסקווער ייִדישע געטאָ‟ — אַן אָרט אינעם שטאָט־צענטער, וווּ די ייִדן זענען אײַנגעשטאַנען בעתן תחום־המושבֿ. עס עקזיסטירט נאָך די גרויסע ייִדישע כאָר־שיל, געבויט אין 1891; די קליינע שיל פֿון חסידי־אַשכּנז; די געבײַדע פֿון לאַזאַר פּאָליאַקאָווס באַנק, און דער אַלטער ייִדישער בית־עולם.


„דעם גאָטס מלחמות‟ פֿון ר’ לוי בן גרשון אויף רוסיש

דער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ האָט אַרויסגעגעבן דעם ערשטן באַנד פֿון „דעם גאָטס מלחמות‟ פֿון ר’ לוי בן גרשון (רלב״ג, אָדער גערסאָניד), דער ייִדישער פֿילאָסאָף, מאַטעמאַטיקער, אַסטראָנאָם און אַסטראָלאָג פֿונעם 14טן י״ה. רלב״גס ווערק זענען געשריבן אויף העברעיִש און איבערגעזעצט אויף אַ סך אייראָפּעיִשע שפּראַכן; אויף רוסיש אָבער — צום ערשטן מאָל.


דער פֿילם „ברוט‟

און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט. עס ווערט די טעג געוויזן אין רוסלאַנד דער ייִדישער פֿילם וועגן חורבן — „ברוט‟, באַזירט אויף לודוויג אַשכּנזיס דערציילונג מיטן זעלבן נאָמען. עס ווערט דערציילט די חורבן־געשיכטע, דערזען מיט די אויגן פֿון אַ הונט ברוט, וואָס האָט אַ מאָל געהערט צו אַ ייִדישער פֿרוי און איז געוואָרן אַ וועכטער־הונט אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער. דאָס ווײַזן דעם פֿילם ווערט געשטיצט פֿונעם רוסלענדישן חב״ד.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.