די צײַטונג „האָרץ‟ האָט איבערגעגעבן, אַז די ירושלימער מוניציפּאַליטעט און דער ישׂראלדיקער בילדונג־מיניסטעריום וועלן אויסגעבן געלט, כּדי צו פֿאַרלענגערן דעם לערן־טאָג אין אַלע מיטל־שולן, וואָס געפֿינען זיך אינעם מיזרחדיקן טייל פֿון ירושלים.
ווען די אַראַבישע מיטלשול־קינדער פֿאַרענדיקן דעם לערן־טאָג, גייען אַ סך פֿון זיי אַרויס אויף די גאַסן־פּראָטעסטן, בעת וועלכע אַ טייל תּלמידים הייבן אָן צו וואַרפֿן שטיינער. אין שײַכות מיט אַ כוואַליע גוואַלד־אינצידענטן, האָבן די בילדונג־אינסטאַנצן, בשותּפֿות מיט דער פּאָליציי, אויסגעאַרבעט די נײַע פּראָגראַם, כּדי די ייִנגלעך זאָלן בלײַבן לענגער אין דער שול במשך פֿונעם לערן־יאָר. הײַיאָר, האָט מען אײַנגעפֿירט דעם פֿאַרלענגערטן טאָג אין געוויסע ראַיאָנען פֿון מיזרח־ירושלים, וווּ די פּראָטעסטן ווערן דורכגעפֿירט באַזונדערס אַגרעסיוו.
נײַן שולן האָבן באַקומען סובסידיעס פֿאַר 2,000 תּלמידים. דאָס קומענדיקע לערן־יאָר, וועט די פּראָגראַם אַרומנעמען 15 שולן פֿאַר ייִנגלעך. אַ סך בילדונג־אַנשטאַלטן אין מיזרח־ירושלים זענען פּריוואַטע. במשך פֿון די צוגאָב־לימודים, וועלן די תּלמידים שטודירן אַזעלכע ענינים, ווי וויסנשאַפֿט און קאָמפּיוטערײַ, אָדער פֿאַרנעמען זיך מיט ספּאָרט, קונסט און מוזיק. די פֿאַראינטערעסירטע וועלן אויך קאָנען זיך באַקענען אויף אַ פּראָפֿעסיאָנעלן אופֿן מיט קאָמפּיוטער־פּראָגראַמירונג. דער בילדונג־מיניסטעריום האָט אויסגעגעבן אויפֿן דאָזיקן פּראָיעקט, פֿאַרן קומענדיקן לערן־יאָר, אַ סומע פֿון 900,000 שקל (בערך 235,000 דאָלאַר).
כאַטאַם האַוויס, דער וואָרטזאָגער פֿונעם פֿאַראייניקטן קאָמיטעט פֿון עלטערן אין מיזרח־ירושלים האָט קריטיקירט דעם באַשלוס נישט אויסצוגעבן די סובסידיעס פֿאַר די מיידל־שולן. ער האָט באַמערקט, אַז לויט דער לאָגיק פֿונעם פּראָיעקט באַקומט זיך, אַז דווקא די, וואָס באַטייליקן זיך אין כוליגאַנישע אַקציעס אויף דער גאַס, פֿאַרדינען מער סובסידיעס פֿון דער רעגירונג, און די מיידלעך, וואָס פֿירן זיך אויף רויִק — דווקא נישט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.