די עלטסטע ייִדישע פֿרוי שטאַרבט בײַ 114

World Oldest Jewish Person Dies at 114

גאָלדע שטיינבערג פּראַוועט איר 112טן געבוירן־טאָג אין 2013
YouTube
גאָלדע שטיינבערג פּראַוועט איר 112טן געבוירן־טאָג אין 2013

פֿון ייִט״אַ

Published August 20, 2015, issue of September 04, 2015.

גאָלדע שטיינבערג, וועלכע איז געווען, אויף וויפֿל מע ווייסט, די עלטסטע ייִדישע פֿרוי אין דער וועלט, איז ניפֿטר געוואָרן בײַ 114 יאָר. די ליובאַוויטשער וועבזײַט Chabad.org האָט איבערגעגעבן, אַז זי איז געשטאָרבן זונטיק, דעם 16טן אויגוסט, אינעם רעהאַביליטאַציע־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון גרענדעל אין לאָנג־ביטש, שטאַט ניו־יאָרק. אין צוויי חדשים אַרום האָט זי זיך געקליבן צו פּראַווען איר 115טן געבוירן־טאָג.

שטיינבערג איז געבוירן געוואָרן אין 1900, איינע פֿון אַכט ברידער און שוועסטער אין דער משפּחה. ווי אַ קליין קינד, האָט זי איבערגעלעבט דעם קעשענעווער פּאָגראָם, וועלכער איז אויסגעבראָכן אינעם יאָר 1903 אויפֿן שטח פֿון דער הײַנטיקער מאָלדאָווע. פֿון 47 ביז 49 ייִדן זענען אומגעקומען און איבער 500 פֿאַרוווּנדעט בעת דער שרעקלעכער צוויי־טאָגיגער כוואַליע פֿון רציחה.

אינעם יאָר 1923, איז שטיינבערג אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע און זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק, וווּ זי האָט חתונה געהאַט און אויפֿגעהאָדעוועט צוויי קינדער. ביז 80 יאָר האָט זי געאַרבעט ווי אַ שנײַדערין און ביז 104 יאָר געוווינט אומאָפּהענגיק אין אַן אייגענער דירה. די ליובאַוויטשער וועבזײַט גיט איבער די ווערטער פֿון פּיטער קוטנער, אַן אייניקל פֿון דער ניפֿטר־געוואָרענער, וועלכער האָט באַמערקט, אַז זײַן באָבעס לעבן איז פֿאַר אים געווען אַ לעבעדיקער לימוד פֿון געשיכטע. שטיינבערג האָט איבערגעלעבט דעם קעשענעווער פּאָגראָם, אָבער האָט פֿאַרלוירן אירע ברידער־שוועסטער בעתן חורבן.

קוטנער גיט צו, אַז זײַן באָבע איז געבליבן אַן אַלטרויִסטישע פֿרוי, וועלכע האָט זיך אַלעמאָל געזאָרגט וועגן די אַנדערע מענטשן. גאָלדע שטיינבערג האָט פֿאַראָבֿלט צוויי קינדער, פֿיר אייניקלעך און זיבן אוראייניקלעך.