דער שפּאַנישער אויסערן־מיניסטעריום האָט שאַרף קריטיקירט דעם באַשלוס מצד די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם מוזיקאַלישן פֿעסטיוואַל Rototom Sunsplash נישט צו דערלאָזן דעם ייִדישן זינגער מתּתיהו אויפֿצוטרעטן מיט אַ קאָנצערט צוליב דעם, וואָס ער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו שטיצן די פּאַלעסטינער מלוכה.
מתּתיהו האָט זיך געקליבן צו זינגען אויף דער דאָזיקער אונטערנעמונג, געווידמעט דער רעגיי־מוזיק, דעם 22סטן אויגוסט. מיטוואָך, דעם 19טן אויגוסט, האָט די אַדמיניסטראַציע פֿונעם פֿעסטיוואַל זיך אַנטשולדיקט פֿאַרן אינצידענט און האָט ווידער פֿאַרבעטן מתּתיהו אויפֿצוטרעטן לויטן אָריגינעלן פּלאַן.
מיט אַ טאָג פֿריִער, האָט דער מיניסטעריום געטענהט, אַז בלויז בײַ מתּתיהו האָט מען געבעטן צו אָנערקענען בפֿרהסיא דעם פּלאַן צו שאַפֿן אַן אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער מלוכה. דווקא צוליב דעם, וואָס ער איז אַ ייִד, האָט מען זיך צו אים געווענדט מיט אַזאַ פּערזענלעכער פֿאָדערונג — דערפֿאַר האָט דער מיניסטעריום עס אויפֿגענומען ווי אַן אַקט פֿון דיסקרימינאַציע.
די אַמבאַסאַדע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין מאַדריד האָט מיטוואָך אויך קריטיקירט דעם אינצידענט און באַמערקט, אַז אַזאַ אויפֿפֿירונג פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן קומט אין סתּירה מיט „פֿונדעמענטאַלע פֿרײַהייט־ווערטן‟. מעטיו מילער, באַקאַנט אין דער וועלט ווי מתּתיהו, איז אַן אַמעריקאַנער בירגער, אַ געבוירענער אין פּענסילוועניע. דער „ייִדישער וועלט־קאָנגרעס‟, די „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟, די פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אין שפּאַניע און אַ צאָל אַנדערע גרופּעס האָבן אויך פֿאַרדאַמט דעם פֿאַרווער.
די פֿירנדיקע שפּאַנישע צײַטונג „על פּאַיִס‟ האָט באַמערקט, אַז דער זינגער איז נישט אַ ישׂראלי. די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער מלוכיש־סובסידירטער אונטערנעמונג האָבן אָבער בײַ אים געפֿרעגט אַ קשיא, וואָס האָט צו טאָן מיטן קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, ווײַל ער איז אַ ייִד.
מאָנטיק, דעם 17טן אויגוסט, האָט דער זינגער געמאָלדן אויפֿן „פֿייסבוק‟, אַז דער אָפּזאָג איז אַ „מיאוסער און באַליידיקנדיקער‟. די טעג פֿאָרט ער אַרום איבער אייראָפּע אויף אַ טור; מיטוואָך איז ער אויפֿגעטראָטן אין פֿראַנקפֿורט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.