לעאָ מאַקס פֿראַנק ליגט באַערדיקט אין ניו־יאָרק, אויפֿן ראַנד פֿונעם בית־עולם „מאָנט כּרמל‟. אויפֿן קבֿר שטייט אַ פּשוטע מצבֿה מיט דער לאַטײַנישער פֿראַזע Semper Idem — „אַלעמאָל דאָס זעלבע‟. קיין רמז נישט, אַז דער גורל פֿונעם 31־יאָריקן ייִדישן יונגערמאַן האָט זיך שטאַרק אונטערגעשיידט פֿון די, וואָס ליגן אונטער די קליינע מצבֿות אַרום אים.
ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט מען פֿאַרמישפּט פֿראַנקן אין אַטלאַנטע, אינעם יאָר 1913, פֿאַרן פֿאַרגוואַלדיקן אַ 13־יאָריק מיידל. ווען מע האָט באַשלאָסן אים צו פֿאַרבײַטן די טויט־שטראָף אויף אַ לעבנס־לאַנגן טערמין, האָט אַ גרופּע באַוואָפֿנטע מענער אים אַרויסגעגנבֿעט פֿון דער טורמע און „געלינטשט‟ דורכן אויפֿהענגען אויף אַ דעמב. דער טראַגישער טויט איז געשען דעם 17טן אויגוסט, 1915, אין מאַריעטאַ, שטאַט דזשאָרדזשאַ. ווען די פֿאַרכאַפּער האָבן אים געפֿירט בײַנאַכט אינעם אויטאָ, האָבן זיי צום לעצטן מאָל בײַ אים געפֿאָדערט זיך מודה צו זײַן, אַז ער האָט מאנס געווען און דערמאָרדעט די קליינע מערי פֿייגען. פֿראַנק, וועלכער האָט במשך פֿון צוויי יאָר כּסדר באַטאָנט, אַז ער איז אומשולדיק, האָט זיי גאָרנישט געענטפֿערט.
ווייניק מענטשן ווייסן אָבער, וואָס איז געשען ווײַטער מיטן טויטן גוף פֿונעם „געלינטשטן‟ ייִד. דעם 20סטן אויגוסט, 1915, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ איבערגעגעבן, אַז אין אַ שטילן קאַיאָר האָט מען בשתּיקה אַרײַנגעלייגט זײַן קערפּער אין אַ הילצערנעם אָרון, און באַגראָבן אין אַ טיפֿן קבֿר. פֿאַר דעם, האָבן די שטיצער פֿון זײַן מאָרד אים פֿאַרוואַנדלט אין אַ מין „טראָפֿיי‟; טויזנטער זענען געקומען אים זען, כּדי זיך צו איזדיעקעווען איבערן טויטן. להיפּוך, זענען שפּעטער טויזנטער ניו־יאָרקער ספּעציעל געקומען, כּדי צו באַוויינען דעם אומגעקומענעם און מנחם־אָבֿל צו זײַן די משפּחה.
ווען די „לינטשערס‟ האָבן אויפֿגעהאַנגען פֿראַנקן לעבן דעם הויז, וווּ מערי פֿייגען איז אויפֿגעוואַקסן, זענען טויזנטער מענטשן געקומען פֿון דער אַרומיקער געגנט, צו פּראַווען דעם „מישפּט‟ איבער דעם „שרעקלעכן פֿאַרברעכער‟ און זיך צו פֿאָטאָגראַפֿירן לעבן זײַן טויטן גוף. אַ טייל פֿון זיי האָבן אָפּגעריסן שטיקלען פֿון זײַנע בגדים און דעם שטריק, אויף וועלכן מע האָט אים אויפֿגעהאַהגען, ווי אַ מין סוּוועניר. ווען אַן אָרטיקער ריכטער, ניוט מאָריס, האָט זיך אַרײַנגעריסן אינעם פֿאַרזאַמלטן המון, האָט ער באַפֿוילן אַוועקצופֿירן דעם טויטן.
דער „פֿאָרווערטס‟ האָט במשך פֿון צוויי יאָר כּסדר געשריבן וועגן דעם פּראָצעס איבער פֿראַנקן. אַפֿילו אין אַטלאַנטע, אויפֿן וועג צו זײַן קבֿורה, האָט דער המון נישט געלאָזט פֿראַנקן צו רו. הגם מע האָט געוווּסט, אַז געוויסע באַקאַנטע פּאַרשוינען האָבן אָרגאַניזירט דעם „לינטש־מישפּט‟, האָט מען קיינעם פֿון זיי נישט אַרעסטירט.
אין די אַנדערע שטאַטן האָט דער מאָרד אַרויסגערופֿן אַ ריזיקע פּראָטעסט־כוואַליע. אַ סך ניו־יאָרקער ייִדן זענען אַנטלאָפֿן פֿון מיזרח־אייראָפּע צוליב די פּאָגראָמען; און פּלוצעם האָבן זיי זיך אָנגעטראָפֿן אין דער „גאָלדענער מדינה‟ אויף אַן ענלעכער שרעקלעכער מעשׂה. אינעם דרום־מיזרחדיקן טייל פֿון מאַנהעטן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט גרויסע ייִדישע אַבֿלות־דעמאָנסטראַציעס. איינע פֿון אַזעלכע אונטערנעמונגען איז פֿאָרגעקומען לעבן דעם היסטאָרישן בנין פֿונעם „פֿאָרווערטס‟.
סוף־כּל־סוף, נאָכן גאַנצן טומל, איז פֿראַנק באַערדיקט געוואָרן. זײַן משפּחה האָט אים שטילערהייט, שפּעט בײַנאַכט, אָפּגעפֿירט אויפֿן דערמאָנטן בית־עולם, וווּ מיט אַ יאָר שפּעטער האָט מען געבראַכט צו קבֿורה שלום־עליכמען, און מיט 20 יאָר שפּעטער — מנחם־מענדל בייליסן. אויפֿן זעלבן בית־עולם ליגט אויך אַבֿרהם קאַהאַן, דער רעדאַקטאָר פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, וועלכער האָט באַזוכט פֿראַנקן, ווען יענער איז געזעסן אין תּפֿיסה אינעם יאָר 1914.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.