ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

די שיל „ספּיריטגראָ‟
די שיל „ספּיריטגראָ‟

פֿון שרה זילבערמאַן

Published August 24, 2015, issue of September 18, 2015.

אױסטראַלישער עמיגראַנט װעט פֿאָרשטעלן מדינת־ישׂראל אין גרױס־בריטאַניע

דער ישׂראלדיקער דיפּלאָמאַט מאַרק רגבֿ, װאָס איז געבױרן געװאָרן אין מעלבורן, און האָט דעמאָלט געהײסן מאַרק פֿרײַבערג, װעט דינען װי מדינת-ישׂראלס נײַער אַמבאַסאַדאָר אין גרױס־בריטאַניע. ער איז אַ גראַדואַנט פֿון דער מעלבורנער „הר־הצפֿים‟־טאָגשול און איז אױסגעװאַקסן אין דער „הבונים‟ — אַ יוגנט־גרופּע אין מעלבורן, אײדער ער האָט זיך באַזעצט אין ישׂראל אין 1982.

אַנטשולדיקונג פֿון טעלעװיזיע־דאָקטער װערט נישט אָנגענומען

דער אױסטראַלישער טעלעװיזיע־דאָקטער ריק גאָרדאָן האָט אױסגעדריקט די מײנונג, אַז עס זײַנען נישט געװען קײן גראָבבײַכיקע אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן, בעת אַ טעלעװיזיע־אױדיציע, װאָס איז געזען געװאָרן איבער גאַנץ אױסטראַליע, כאָטש ער האָט זיך שפּעטער אַנטשולדיקט פֿאַר דער גאַנצער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון לאַנד בעת אַ שמועס מיט דער װאָכנשריפֿט „די אױסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟. ער האָט באַטאָנט, אַז זײַן באַמערקונג האָט געדאַרפֿט אילוסטרירן דעם פֿאַקט, װאָס מע דאַרף נישט מאַכן קײן שװערע געניטונגען, כּדי צו פֿאַרלירן װאָג, אַז מע דאַרף נאָר עסן װײניקער. ער זאָגט, אַז ער האָט ניט געװאָלט קײנעם מצער זײַן.

דער פֿאָרזיצער פֿון דער לאָקאַלער אַנטי־דעפֿאַמאַציע־קאָמיסיע בײַם „בני־ברית‟ האָט אױסגעדריקט די מײנונג, אַז דעם דאָקטערס דערקלערונג פֿון זײַנע באַמערקונגען איז געװען נישט גענוג און נישט צופֿרידנשטעליק. ער האָט גערופֿן סײַ דעם דאָקטער, סײַ די אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער אױדיציע, וווּ דער דאָקטער האָט גערעדט, זיך אַנטשולדיקן אױף דער טעלעװיזיע, און צוזאָגן מער נישט צו מאַכן אַזעלכע איגנאָראַנטע באַמערקונגען, אַפֿילו כּדי צו אילוסטרירן אַ מעדיצינישן בײַשפּיל.

דער עקזעקוטיװ־ראַט פֿון אױסטראַלישן ייִדנטום האָט אונטערגעשטראָכן, אַז מע טאָר נישט פֿאַרגלײַכן די לאַגע פֿון ייִדישע געפֿאַנגענע אונטער דער נאַצישער הערשאַפֿט אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן מיט מיטלען פֿאַר געזונטע מענטשן צו פֿאַרלירן װאָג.

דער טעלעװיזיע־קאַנאַל האָט נישט געװאָלט רעדן מיט דער פּרעסע װעגן דעם ענין.

שטאַטישע רעגירונג וועט אפֿשר פֿאַרגרעסערן פֿינאַנצירונג פֿון מעלבורנער חורבן־צענטער

דער מיניסטער פֿאַר מולטי-קולטורעלע ענינים פֿונעם שטאַט װיקטאָריע װעט באַטראַכטן די מעגלעכקײט, אַז די שטאַטישע רעגירונג זאָל העלפֿן דעם מעלבורנער ייִדישן חורבן־צענטער און מוזעום צו פֿאַרגרעסערן זיך. דער פּלאַן איז צוצוגעבן אַ ספּעציעלן מוזעום-אָפּטײל און לערן־ערטער צו באַקענען קינדער פֿון פֿאָלקשול־עלטער מיטן חורבן אױף אַן אופֿן, װאָס איז פּאַסיק צו זײער ניװאָ פֿון עמאָציאָנעלער אַנטװיקלונג. דער קאָסט פֿון דער פֿאָרױסגעזעענער פֿאַרגרעסערונג װעט זײַן אַן ערך צען מיליאָן אױסטראַלישע דאָלאַרן. בעת זײַן באַזוך אינעם מוזעום, האָט דער מיניסטער אױך גערעדט מיט מיטלשול־תּלמידים און תּלמידות פֿון אַ נישט-ייִדישער טאָגשול װעגן דער װיכטיקײט פֿון באַקעמפֿן דעם ראַסיזם און פֿון טאָלעראַנץ. װי עס זעט אױס, װערט דער פּלאַן צו פֿאַרגרעסערן דעם צענטער אונטערגעשטיצט סײַ פֿון דער איצטיקער לײבאָר־רעגירונג, סײַ פֿון דער פֿריִערדיקער ליבעראַלער רעגירונג.

פֿרײַע ערטער פֿאַר ראָש־השנה און יום־כּיפּור

אײן מעלבורנער שיל, „ספּיריטגראָ‟, האָט געמאָלדן, אַז זי װעט אין גאַנצן נישט רעכענען קײן געלט פֿאַר זיץ־ערטער לכּבֿוד ראָש־השנה און יום־כּיפּור, כּדי צוצוציִען די לאָקאַלע ייִדן, װעלכע קענען זיך נישט דערלױבן צו צאָלן פֿינף הונדערט דאָלאַר פֿאַר אַן אָרט, װאָס די שיל האָט גערעכנט פֿאַר ענלעכע זיץ־ערטער פֿאַראַיאָרן. די אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער שיל זאָגט, אַז זי װעט אױסזוכן אַן אַנדערן מיטל װי אַזױ צו זאַמלען געלט לטובֿת דער שיל במשך פֿונעם יאָר. די װעלכע פֿאַראינטערעסירן זיך מיטן פֿאַרברענגען די יום־טובֿים בײַ „ספּיריטגראָ‟, זאָלן באַשטעלן זײערע ערטער פֿאַר די יום־טובֿים, װײַל עס איז נאָר פֿאַראַן אָרט אין דער שיל פֿאָר 400 מתפּללים.

די פּראָגרעסיװע ק”ק „בית־ישׂראל‟ אין מעלבורן האָט געמאָלדן, אַז זי װעט שפּילן אירע יום־טובֿ־סעסיעס אױפֿן לאָקאַלן ייִדישן ראַדיאָ־קאַנאַל „דזשײ־אײר‟ פֿאַר די מתפּללים, װעלכע װאָלטן אַנדערש נישט באַװיזן אָנטײלצונעמען אינעם דאַװענען.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.