אויב מע זעט דאָס וואָרט „ישׂראל“ אויפֿן שער־בלאַט פֿון אַ האָלענדישער צײַטונג, דערוואַרט מען אָפֿט אַ מאַטעריאַל וועגן דעם קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און פּאַלעסטינע; אָדער אַ קריטישן אַרטיקל וועגן מענטשנרעכט־ברעכונגען אין עזה און אַזוי ווײַטער. די וואָך, אַדרבא, שרײַבט די האָלענדישע פּרעסע אונטערן קעפּל „ישׂראל“ וועגן חנה לודען — די נײַע דירעקטאָרין פֿון CIDI (אויף האָלענדיש: Centrum Informatie en Documentatie Israel) — דער אינפֿאָרמאַציע־ און דאָקומענטאַציע־צענטער פֿאַר ישׂראל.
CIDI איז אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס אירע צילן זענען צו פֿאַרשטאַרקן די באַציִונגען צווישן האָלאַנד און ישׂראל, צו פֿאַרטיפֿן די באַקאַנטשאַפֿט פֿון ישׂראל אין האָלאַנד, און צו קעמפֿן קעגן ראַסיזם און אַנטיסעמיטיזם. CIDI שטיצט אויך די אידעע פֿון שאַפֿן אַ לעבעדיקע און אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער מדינה.
די דאָזיקע פֿונדאַציע איז געגרינדעט געוואָרן אין 1974, און כאָטש זי האָט נאָר אַכט באַצאָלטע אַרבעט־שטעלעס, שפּילט זי אַ וויכטיקע ראָלע אין דער פּאָליטישער און געזעלשאַפֿטלעכער דיסקוסיע וועגן מיטל־מיזרחדיקע ענינים אין האָלאַנד. צווישן די סיבות, פֿאַרוואָס דער ראַט פֿון CIDI האָט באַשלאָסן זיך צו געזעגענען מיט דער פֿריִערדיקער דירעקטאָרין, אסתּר וווּט, איז געווען איר רעגולערע און אַ מאָל פּלוגתּאדיקע אינטערוויוען אין די האָלענדישע מאַסן־מעדיאַ.
די אָרגאַניזאַציע באַזירט זיך אין האַאַג, וואָס איז פֿאַקטיש די אַדמיניסטראַטיווע הויפּטשטאָט פֿון די נידערלאַנדן; כאָטש אַמסטערדאַם איז אָפֿיציעל די הויפּטשטאָט, קאָנצענטרירט זיך דאָס פּאָליטישע לעבן אין האַאַג, וווּ עס זיצט דער פּאַרלאַמענט, און וווּ עס געפֿינען זיך סײַ ס׳רובֿ פֿון די חשובֿסטע רעגירונגס־אָרגאַנען (למשל, מיניסטעריומס), סײַ וויכטיקע אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס.
דאָס באַשטימען חנה לודען ווי די נײַע דירעקטאָרין פֿון CIDI איז פֿאַר אַ סך מענטשן געווען אַ חידוש, ווײַל איר נאָמען איז ביז אַהער נישט געווען אַזוי באַקאַנט. פֿונדעסטוועגן, איז זי יאָרן לאַנג געווען זייער אַקטיוו אי אין דער פּאָליטיק, אי אין דער האָלענדישער ייִדישער קהילה.
חנה איז געבוירן געוואָרן אין תּל־אָבֿיבֿ. איר טאַטע, יצחק לודען, איז לאַנגע יאָרן געווען דער רעדאַקטאָר פֿון דער בונדישער אויסגאַבע „לעבנס־פֿראַגן‟. חנה האָט זיך געלערנט אינעם חיפֿהר טכניון, און אין די מיט־1980ער יאָרן איז זי איבערגעפֿאָרן קיין אַמסטערדאַם, וווּ זי האָט געבויט איר קאַריערע אין דער ספֿערע פֿון ICT. אין האָלאַנד איז זי געוואָרן אַן אַקטיווער מיטגליד פֿון דער אַרבעטס־פּאַרטיי (PvdA), איינע פֿון די דרײַ גרעסטע פּאַרטייען אין לאַנד. (זינט 2012 איז די אַרבעטס־פּאַרטיי אין דער קאָאַליציע־רעגירונג, צוזאַמען מיט דער פֿאָלקס־פּאַרטיי פֿאַר פֿרײַהייט און דעמאָקראַטיע, VVD.)
אין 2014 האָט מען אײַנגעלאַדן חנה לודען צו זײַן אַ מיטגליד פֿון דער אויסלאַנד־קאָמיסיע בײַ דער פּאַרטיי, וווּ זי האָט זיך פֿאָקוסירט אויף די ענינים, וואָס האָבן צו טאָן מיטן מיטעלן מיזרח. זינט 2011 איז זי אויך די פּרעזידענטין פֿון דער אַסאָציאַציע „האָלאַנד־ישׂראל“, וואָס פֿאַרשפּרייט אינפֿאָרמאַציע וועגן ישׂראל.
אַחוץ דעם, פֿאַרנעמט זיך חנה לודען, אַ געבוירענער ייִדיש־רעדערין, מיט ייִדיש. זינט 1999 איז זי די סעקרעטאַרשע פֿון דער פֿונדאַציע ייִדיש (Stichting Jiddisj), וואָס שטיצט און אַנטוויקלט די ייִדישע שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור אין די נידערלאַנדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.