ס’האָט באַקומען אַן אומדערוואַרטע אַנטוויקלונג דער סקאַנדאַל אַרום שנאורסאָנס ביבליאָטעק. לאָמיך דערמאָנען די געשיכטע. מיט 2 יאָר צוריק האָט דער אַמעריקאַנער חב״ד דערלאַנגט אַ תּבֿיעה אויף דער רוסלענדישער מלוכה און געפֿאָדערט, אַז די מלוכה זאָל אומקערן די ספֿרים פֿון דעם רבי שנאורסאָנס זאַמלונג.
דער פֿעדעראַלער געריכט אין וואַשינגטאָן האָט געשטיצט דעם חב״ד און געפֿאָדערט, אַז רוסלאַנד זאָל אַריבערשיקן די זאַמלונג דעם אַמעריקאַנער חב״ד וואָס גיכער; און פֿאַר יעדן טאָג פֿאַרשפּעטיקונג זאָלן באַצאָלט ווערן 50 טויזנט דאָלאַר שטראָף. פֿאַרשטענדלעך, אַז די רוסלענדישע מלוכה האָט ניט געהאַט בדעה אויסצופֿירן די פֿאָדערונג. זי האָט אויסגעטראַכט אַ שאַרפֿזיניקע פּשרה — די זאַמלונג זאָל בלײַבן אין רוסלאַנד, אָבער זײַן צוגענגלעך צו די חב״דניקעס. דער רוסישער חב״ד האָט זיך ניט דערוועגט ווידערצושפּעניקן, און האָט אָנגענומען דעם פֿאָרלייג.
אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי איז געגרינדעט געוואָרן אַן אָפּטייל פֿון דער רוסלענדישער מלוכישער ביבליאָטעק, און די ספֿרים זענען אַהין איבערגעשיקט געוואָרן. איצט זענען זיי קאַטאַלאָגיזירט, און יעדער איינער קען קויפֿן אַ לייען־קאַרטל און באַשטעלן די ספֿרים פֿון דער זאַמלונג. מע מוז באַטאָנען, אַז כּמעט קיין לייענער זענען אין דעם זאַל ניטאָ; עס קומען פֿאָרשער, צו מאָל סטודענטן־העברעיִסטן, אָבער אַ חב״דניק זעט מען דאָרטן גאָר זעלטן, ווי אַ לייענער. ס’איז קלאָר, אַז אי פֿאַר דער מלוכה, אי פֿאַר דעם חב״ד האָט די זאַמלונג, קודם־כּל, אַ סימבאָלישן ווערט און איז אַן ענין פֿון פּרינציפּ.
די וואָך איז פֿאָרגעקומען אַ נײַע זיצונג אין וואַשינגטאָנער געריכט. די חב״דניקעס האָבן געטענהט, אַז די רוסישע מלוכה קומט זיי כּמעט 44 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר די אַלע „פֿאַרשפּעטיקטע טעג‟, און האָבן געבעטן, אַז דער געריכט זאָל אויסגעבן אַ ווערדיקט, זיי זאָלן קענען פֿאָדערן די סומע פֿון רוסלאַנד. דערווײַל איז דאָס יוסטיץ־מיניסטעריום פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן קעגן דער תּבֿיעה און דערקלערט, אַז דער סיכסוך קען געלייזט ווערן נאָר דורך פֿאַרהאַנדלונגען.
דער מאָסקווער ייִדישער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ האָט אַרויסגעגעבן אַ בוך מיטן נאָמען „צוויי פּנימער: די פֿרוי און דער מאַן אין תּנ״ך און קבלה‟. די מחברים פֿון דעם בוך זענען פּנחס און נחמה פּאָלאָנסקי, טוער פֿון רעליגיעזער ייִדישער בילדונג אין ישׂראל, וואָס זייער טעטיקייט איז געריכט, קודם־כּל, אויף רוסיש־רעדנדיקע ייִדן. דאָס בוך איז אַ פּרוּוו צו געבן אַ פֿאַרצייכענונג וועגן דער אידעע פֿון צוויי מינים, זייערע אונטערשיידן און באַציִונגען אין דער ייִדישער טראַדיציע.
אַ ידיעה פֿון סאַנקט־פּעטערבורג. די פּעטערבורגער ייִדישע קהילה האָט בשותּפֿות מיטן צענטער „פּעטערבורגער ייִדישע לימודים‟ בײַם אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט צוגעגרייט אַ ייִדישן לוח אויפֿן קומעדיקן יאָר. דער לוח איז אויסגעפֿורעמט ווי אַן אַלטע וואַליזקע: אויף זײַן הילע זעט מען אַ בילד פֿון אַ וואַליזקע, וואָס האָט געהערט אַ פּשוטן ייִד, געקומען פֿון אַ שטעטל קיין פּעטערבורג מיט 100 יאָר צוריק; און אויף די אינערלעכע זײַטן זענען דאָ בילדער פֿון אַלטע ייִדישע תּשמישי־קדושה און פּשוטע זאַכן, וואָס ווערן אָפּגעהיט אין די פּעטערבורגער ייִדישע משפּחות — אַ שופֿר, אַ פּושקע פֿאַר אַן אתרוג, אויסגענייטע האַנטעכער, מתּנות פֿון כּלות צו חתנים און אַזוי ווײַטער.
אַ ידיעה פֿון ביראָבידזשאַן. דאָרטן, אין דער רעגירונג פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, איז געחתמעט געוואָרן אַן אָפּמאַך פֿון אינטערקאָנפֿעסיאָנאַלער [צווישן־רעליגיעזער] מיטאַרבעט. אינעם חתמענען האָבן אָנטייל גענומען דער הויפּט־רבֿ פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אליהו ריס, דער בישאָף פֿון ביראָבידזשאַן און דעם דאָרף קולדור יעפֿרעם, דער אימאַם פֿון דער געגנט סאַידראַכמאָן ראַסולאָוו, ווי אויך פֿאָרשטייער פֿון דער מלוכה און פֿון געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס, צווישן זיי — דער פֿילאָלאָג, פּראָפֿעסאָר פֿון ביראָבידזשאַנער אוניווערסיטעט אויף שלום־עליכמס נאָמען, פּאַוועל טאָלסטאָגוזאָוו. ער האָט זיך געוואָנדן צום עולם מיט אַ רעדע, וווּ ער האָט אונטערגעשטראָכן, אַז די פֿרײַהייט פֿון גלויבן קען ווערן געפֿערלעך פֿאַר אַנדערע, אויב זי איז ניט באַגרענעצט, און גערופֿן אַלע קאָנפֿעסיעס צו טאָלעראַנץ. „ביראָבידזשאַן האָט ניט געקענט קיין רעליגיעזע סיכסוכים‟ — האָט ער דערקלערט.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט. די באַרימטע רוסישע ייִדישע שרײַבערין ליודמילאַ אוליצקאַיאַ האָט דערקלערט, אַז באַלד, אין אָקטאָבער, וועט זי אַרויסגעבן איר לעצטן ראָמען. דער ראָמאַן הייסט „יעקבֿס לייטער‟, און איז אַ משפּחה־סאַגע. עס ווערט דערציילט די געשיכטע פֿון אַ ייִדישער משפּחה, פֿון דעם 19טן י״ה ביז הײַנט צו טאָג. די שרײַבערין זאָגט, אַז צו שרײַבן דעם ראָמאַן האָבן זי באַגײַסטערט די מאַטעריאַלן פֿון איר אייגענער משפּחה — בריוו און טאָגביכער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.