הײַיאָר, זענען אַ רעקאָרד־גרויסע צאָל ייִדישע אימיגראַנטן אָנגעקומען קיין ישׂראל פֿון בראַזיל, דאָס גרעסטע לאַנד אין דרום־אַמעריקע.
יעדעס יאָר, באַווײַזן זיך אין ישׂראל פֿון 200 ביז 250 בראַזילישע עולים. לויטן חשבון פֿון גלאַדיס בערעזאָווסקי, די דירעקטאָרין פֿון אַבסאָרבציע־ענינים בײַ דער אָרגאַניזאַציע „בית־ברזיל‟, קאָן זייער צאָל אינעם הײַנטיקן יאָר דערגרייכן דעם גרעסטן ניוואָ אין דער געשיכטע — ביז 500 נפֿשות. די דאָזיקע נישט־קאָמערציעלע אָרגאַניזאַציע איז נישט לאַנג צוריק ספּעציעל געשאַפֿן געוואָרן, כּדי צו העלפֿן די אימיגראַנטן פֿון בראַזיל זיך צוגעוווינען צום לעבן אינעם נײַעם לאַנד.
דזשודי מאָלץ, אין איר אַרטיקל, וואָס איז דערשינען דעם 25סטן אויגוסט אין דער צײַטונג „האָרץ‟ באַמערקט אָבער, אַז די דאָזיקע אימיגראַציע־כוואַליע האָט ווייניק צו טאָן מיט ציוניסטישע חלומות. מישעל אַבאַדי, דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿון „בית־ברזיל‟ האָט דערקלערט, אַז אין די 1960ער און 1970ער יאָרן זענען די בראַזילישע עולים אַוועקגעפֿאָרן קיין ישׂראל צוליב זייער אידעאַליסטישע כּוונות. ס׳רובֿ פֿון זיי זענען געווען פֿאַרבונדן מיט יוגנטלעכע ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס.
מיט דער נײַער אימיגראַציע־כוואַליע, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן בערך מיט 10 יאָר צוריק, קומען אָן אַ סך געמישטע פּאָרפֿעלקער אָדער אייניקלעך פֿון איין ייִדישן זיידן, וואָס האָבן דאָס רעכט זיך צו באַנוצן מיטן „חוק־השבֿות‟, אָבער זיי האָבן נישט קיין שײַכות צו אַ ייִדישער קהילה. די סיבות פֿון זייער עמיגראַציע זענען סאָציאַלע און עקאָנאָמישע: די פּרײַזן אין בראַזיל זענען לעצטנס שטאַרק געשטיגן, און דאָס לעבן איז געוואָרן אומרויִק צוליב דער וואַקסנדיקער צאָל פֿאַרברעכנס.
שי פֿעלבער, אַ הויך־ראַנגיקער באַאַמטער פֿון „סוכנות‟, האָט דערציילט, אַז צוליב די דאָזיקע צוויי עיקר־סיבות זענען 228 בראַזילישע עולים אָנגעקומען קיין ישׂראל צווישן יאַנואַר און יולי — אויף 30 פּראָצענט מער, ווי אינעם זעלבן פּעריאָד פֿונעם פֿאָריקן יאָר. אין 2014, איז די צאָל נײַע אימיגראַנטן פֿונעם גרעסטן דרום־אַמעריקאַנער לאַנד — בסך־הכּל, 279 נפֿשות — איז אויך געשטיגן אויף 36 פּראָצענט, אין פֿאַרגלײַך מיטן יאָר 2013. הײַיאָר, האָט די „ייִדישע אַגענץ‟ זיך צוגעגרייט אָנצונעמען נאָך 450 פּאָטענציעלע עולים.
אין פֿאַרגלײַך מיט דער גרויסער צאָל אימיגראַנטן פֿון פֿראַנקרײַך און אוקראַיִנע, בלײַבן די ציפֿערן נישט צו גרויס. פֿאַר אַ לאַנד, וווּ עס וווינען בלויז פֿון 100 ביז 120 טויזנט ייִדן, איז עס אָבער אַ ממשותדיקע כוואַליע. אויב די פֿראַנצויזישע ייִדן רופֿן אָן אַנטיסעמיטיזם ווי איינע פֿון די הויפּט־סיבות, צוליב וועלכע זיי פֿאַרלאָזן זייער לאַנד, האָט די ייִדישע קהילה אין בראַזיל כּמעט קיינמאָל נישט געליטן פֿון קסענאָפֿאָביע. אַדרבה, אַ סך בראַזילישע ייִדן זענען רײַכע פֿאָרשטייער פֿונעם פֿאַרמעגלעכן קלאַס; איצט לײַדן זיי צוליב זייער העכערן סאָציאַלן סטאַטוס אָפֿטער פֿון רויבערײַ און אַנדערע פֿאַרברעכנס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.