די װאָך האָבן זיך פֿאַרשפּרײט אין דער פּרעסע צװײ שאָקירנדיקע ידיעות: פֿאַראַכטטאָגן דינסטיק האָט די „איסלאַמישע מדינה“ געקעפּט דעם חשובֿן אַרכעאָלאָג, כאַלעד אַל־אַסאַד, װײַל ער האָט נישט אױסגעזאָגט די רוצחים, װוּ ער מיט זײַנע קאָלעגעס האָבן אױסבאַהאַלטן געװיסע אוצרות פֿון דער אוראַלטער שטאָט תּדמור (פּאַלמירע) מיט אַ פּאָר חדשים צוריק. זונטיק האָבן עטלעכע סירישע אַקטיװיסטן־אָרגאַניזאַציעס באַשטעטיקט, אַז די „איסלאַמישע מדינה“ האָט אויפֿגעריסן די גרעסערע חורבֿות פֿון דער שטאָט. די װיכטיקסטע פֿון זײ איז געװען דער טעמפּל פֿונעם אָפּגאָט „בעל־שמין“, װאָס איז דאָרט געשטאַנען אַן ערך צװײ טױזנט יאָר.
ס’איז באַקאַנט, אַז כּדי פֿינאַנציעל אונטערצושטיצן זײערע מיליטערישע טעטיקײטן אין סיריע און איראַק, האָט די „איסלאַמישע מדינה“ פֿאַרקױפֿט געצײלטע אַרכעאָלאָגישע אוצרות פֿון די טעריטאָריעס, װאָס זײ האָבן פֿאַרכאַפּט. אָבער דעם גרױסן טעמפּל, װאָס האָט סימבאָליזירט די מעכטיקע פּאַגאַנישע ציװיליזאַציעס פֿון פֿאַרן אױפֿקום פֿון איסלאַם, האָט מען אױסגעניצט אױף גאָר אַן אַנדער צװעק — די בילדער פֿון דעם אוניקאַלן דענקמאָל, סײַ פֿאַר און סײַ נאָך דעם אויפֿרײַס, האָט מען פֿאַרשפּרײט דורך דער אינטערנעץ, װי פּראָפּאַגאַנדע פֿאַר דער „איסלאַמישער מדינה“. דער „אונעסקאָ“, די קולטור־אָפּטײלונג בײַ די פֿאַראײניקטע פֿעלקער, האָט שױן אָנערקענט די אַקציע אין תּדמור װי אַ פֿאַרברעכן קעגן דער מענטשהײט.
עטלעכע עדיטאָריאַלן, װאָס איך האָב לעצטנס געלײענט אין די אַמעריקאַנער און ענגלישע צײַטונגען, האָבן זיך אָפּגעשטעלט אױף אַזאַ סתּירותדיקער פֿראַגע: װי אַזױ קענען מיר, בירגער פֿון די מערבֿדיקע לענדער, זיך באַקלאָגן װעגן דער צעשטערונג פֿון אַ טעמפּל אין תּדמור, בשעת די „איסלאַמישע מדינה“ האַלט אין איין דערמאָרדן מאַסן מענער און פֿאַרגװאַלדיקן זײערע װײַבער און קינדער? דער אינצידענט איז אַ קלײניקײט אין פֿאַרגלײַך מיט די מעשׂים־רעים, װאָס װערן איבערגעגעבן טאָג־אײַן טאָג־אױס אין אַלע נײַעס־מעדיאַס. אָבער לױטן פֿילאָסאָף דזשוליאַן באַגיני (אין זײַן עדיטאָריאַל אין לאָנדאָנער „גאַרדיען“) איז דער אימפּולס זיך צו זאָרגן װעגן קולטורעלן װאַנדאַליזם אױך באַרעכטיקט. „אַז [כאַלעד] אַל־אַסאַד האָט געגלײבט, אַז די קולטור־ירושה פֿון תּדמור איז געװען װיכטיקער פֿאַר זײַן אײגן לעבן“, שרײַבט ד״ר באַגיני, „איז נישט קײן חידוש, װאָס תּדמור איז אױך אונדז װיכטיק‟.
װען איך בין געװױר געװאָרן װעגן די געשעענישן אין תּדמור, האָב איך באַלד פֿאַרטײַטשט די נײַעס װי אַ טראַגעדיע, אַן אַקט פֿון קולטורעלן װאַנדאַליזם, פּונקט װי אַ סך אַנדערע לײענערס. אָבער איך האָב זיך אױך דערמאָנט אין ענלעכע פֿאַלן פֿון דער ייִדישער געשיכטע, װען היסטאָריש װיכטיקע ערטער זענען צעשטערט געװאָרן. צום באַדויערן, לערנען זיך נישט אונדזערע יוגנטלעכע װעגן זײ, און זעלטן װען שרײַבט מען װעגן דעם. אין משך פֿון מײַן באַזוך אין בעלאַרוס האָב איך נישט אײן מאָל געזען, װי די סאָװעטן האָבן אױפֿגעבױט דירות אױפֿן אָרט פֿון אַן אַלטן ייִדישן בית־עולם. למשל, אין סמאַרגאָן האָב איך געפֿרעגט בײַ עטלעכע מענטשן אױף דער גאַס, װוּ איך קען געפֿינען דעם בית־עולם, װאָס געפֿינט זיך אױף דער מאַפּע אינעם סמאַרגאָנער יזכּור־בוך? נאָר די עלטערע לײַט האָבן קוים געדענקט, אַז ס’זענען אַ מאָל געשטאַנען אַ פּאָר ייִדישע מצבֿות בײַ זײ אין שטעטל. אין 2010, װען איך בין געפֿאָרן אין קיִעװ, האָט מען מיר געװיזן דאָס פּינקטלעכע אָרט, װאָס טראָגט דעם נאָמען „באַבי־יאַר“ (די דענקמעלער שטײען אין אַן אַנדער אָרט). מיט צװײ יאָר שפּעטער, בשעת די צוגרײטונגען צום אײראָפּעיִשן פֿוסבאָל־טורניר, איז כּמעט דורכגעפֿירט געװאָרן אַ פּלאַן אױפֿצובױען אַ האָטעל אױף דעם זעלביקן שטח.
אין אַנדערע פֿאַלן װערן די ערטער צעשטערט, װײַל מע האָט זײ געלאָזט אױף הפֿקר. נו, מע דאַרף נישט פֿאָרן אין בעלאַרוס אָדער אוקראַיִנע צו זען אַזעלכע בנינים, כאָטש פֿאַרװאָרלאָזטע שילן זענען דאָרט פֿאַראַן אָן אַ שיעור. אַפֿילו אױף דער איסט־סײַד אין ניו־יאָרק קען מען געפֿינען אַלטע שילן, למשל, דעם „בית־המדרש הגדול‟ אױף נאָרפֿאָלק־גאַס, װוּ קײן מנין טרעפֿט זיך נישט, און ס’איז נישטאָ קײן געלט דעם בנין צו פֿאַרריכטן. אָבער צוליב דעם, װאָס דער בנין געפֿינט זיך אױף אַ רשימה פֿון די ניו־יאָרקער בנינים מיט אַ היסטאָרישער װערט, איז אַ היפּש ביסל שװערער צו פֿאַרקױפֿן דעם פּאַרצעל, כאָטש מע האָט עס שױן עטלעכע מאָל געפּרוּווט צו טאָן.
מיט װאָס איז דאָס חרובֿ מאַכן דעם תּדמורער טעמפּל אַנדערש פֿון די אַנדערע פֿאַלן? ערשטנס, איז דאָס אַן אַקט פֿון צעשטערונג לשמה, נישט כּדי צו קענען אױפֿבױען אַ צװײטע געבײַדע. דער ציל פֿון דעם איז געװען צו שאָקירן, צו װײַזן דער װעלט, אַז די „איסלאַמישע מדינה“ איז גרײט סײַ אױסצוהרגענען די נישט־מחמדאַנער, סײַ אױסצומעקן זײער געשיכטע. צװײטנס, פֿיגורירט די אַלטע שטאָט צװישן די אױסגערעכנטע „ערטער פֿון דער אַלװעלטלעכער קולטור־ירושה“ פֿון „אונעסקאָ‟. אַזעלכע ערטער „װײַזן די גרױסקײט פֿון אַ קולטורעלער טראַדיציע אָדער ציװיליזאַציע, צי דאָס פֿאָלק לעבט נאָך אָדער איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן“ (דאָס איז „אונעסקאָס‟ אַ הױפּט־קריטעריע). נישט אין בעלאַרוס, ליטע, אוקראַיִנע, רומעניע אָדער דײַטשלאַנד האָט דער „אונעסקאָ‟ נישט אָנערקענט קיין אָרט, װאָס איז פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער געשיכטע; אין פּױלן איז דאָס אײנציקע אָרט — דער טױטן־לאַגער אין אױשװיץ.
די פּאַסירונגען אין סיריע האָבן באַװיזן, אַז פּאָליטישע איבערקערענישן אין אַ מאָדערן לאַנד קענען צעשטערן דעם היסטאָרישן פּײסאַזש אױף אײביק. די היסטאָריקער װעלן זיכער דערמאָנען דעם אַטאַק אין תּדמור װי אײנער פֿון די ערגסטע פֿאַרברעכנס פֿון דער איצטיקער מלחמה. לאָמיר אָבער נישט פֿאַרגעסן, אַז אין אַלע לענדער זענען דאָ ערטער, װאָס דערצײלן װיכטיקע קאַפּיטלען פֿון דער מענטשלעכער געשיכטע. די ערטער װערן צעשטערט שטילערהײט, ביסלעכװײַז, אָן דעם אױפֿמערק פֿון זשורנאַליסטן אָדער גרױסע פֿונדאַציעס. אױב זײ זענען אונדז טאַקע װיכטיק, דאַרפֿן מיר זיך באַמיִען זײ צו פֿאַרזיכערן פֿאַר די קומעדיקע דורות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.