קאָם, די הייליקע שטאָט פֿון די שיִיִטן, איז פֿול מיט מעטשעטן, מוסולמענישע גײַסטיקע מנהיגים און טראַדיציאָנעלע רעליגיעזע שולן. ווען איך האָב געבעטן דעם איסלאַמישן פֿאָרשער האָסיין סאָליימאַני אָנצורופֿן זײַנע באַליבסטע מחברים, האָט ער געענטפֿערט: עדין שטיינזאַלץ, צוליב זײַן איבערזעצונגען פֿונעם תּלמוד, און מאַרטין בובער.
דאָס האָט מיך אַ ביסל פֿאַרחידושט. בעת מײַן אַנומלטיקן וויזיט אין איראַן, האָב איך באַזוכט דעם „אוניווערסיטעט פֿון רעליגיעס און דענאָמינאַציעס‟ אין קאָם, און זיך געטראָפֿן מיט עטלעכע באַקאַנטע פֿאָרשער, אַרײַנגערעכנט סאָליימאַני, וועלכער פֿאַרנעמט זיך מיט רעליגיזיע פֿאַרגלײַך־פֿאָרשונגען און אַרבעטן אינעם ספּעציעלן צענטער פֿון ייִדישע שטודיעס בײַם דאָזיקן איסלאַמישן אוניווערסיטעט.
סאָליימאַני ספּעציאַליזירט זיך אין פֿאָרשונגען פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע גרופּעס, בפֿרט פֿון דער תּלמודישער תּקופֿה. זײַענדיק אַ קרימינאָלאָג, אינטערעסירט ער זיך אויך מיטן ייִדישן צוגאַנג צו פֿאַרברעכנס און שטראָפֿן. ער אַרבעט איצט איבער דער איבערזעצונג פֿון אַן ענגליש בוך אויף דער דאָזיקער טעמע, פֿאַרעפֿנטלעכט דורכן באָסטאָנער אוניווערסיטעט. זײַן ברודער, אַבדול־ראַהים סאָליימאַני, האָט מיר דערציילט, אַז ער שטודירט אויך די ייִדישע רעליגיע, כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין דעם קאָראַן. דער דאָזיקער פֿאָרשער טראָגט דעם טיטל „האָדזשאַטאָלעסלאַם‟ — די העכסטע מדרגה פֿאַר אַן אַיאַטאָלע. אַזוי ווי אַנדערע פּראָפֿעסאָרן אינעם קאָמער רעליגיעזן אוניווערסיטעט, האָט ער אויך אַ דאָקטאָראַט.
אַבדול־ראַהים סאָליימאַני האָט באַמערקט, אַז ייִדישקייט ווערט דערמאָנט אינעם הייליקן מוסולמענישן בוך אָפֿטער, ווי אַנדערע רעליגיעס. דער קאָראַן איז מסכּים, בדרך־כּלל, מיט די יסודות פֿון ייִדישקייט, הגם אין אַ צאָל ערטער באַציט זיך קריטיש צו געוויסע ייִדישע מינהגים.
אַן אַנדער פֿאָרשער, מעהראַב סאַדעגניִאַ, פֿאָקוסירט זיך אויף די שטודיעס פֿון קבלה בכלל און דעם „זוהר‟ בפֿרט, ווי אויך מיט די מיסטישע מדרשים. ער האָט באַמערקט, אַז אין דער גמרא זענען פֿאַראַן אַ סך ענינים, וואָס ווערן אויך דערמאָנט אינעם קאָראַן. להיפּוך, שטודירט זײַן קאָלעגע אַלי שאַבאַזי די ווערק פֿון סעדיה גאָון און אַנדערע קלאַסישע ייִדישע מחקרים. שאַבאַזי האָט זייער ליב די פֿאָרשונגען פֿונעם האַרוואַרדער פּראָפֿעסאָר האַרי וואָלפֿסאָן, וועלכער האָט דעמאָנסטרירט אַ סך פֿאַרבינדונגען צווישן די מיטל־עלטערלעכע מוסולמענישע, ייִדישע און קריסטלעכע פֿילאָסאָפֿן.
אין דער מערבֿדיקער וועלט ווייסן ווייניק מענטשן, אַז אינעם צענטער, וווּ עס לערנען זיך די איראַנישע אַיאַטאָלעס, פֿאַרנעמט מען זיך גאַנץ אַקטיוו מיט די ייִדישע שטודיעס. פֿאַטימאַ טאָפֿיגי, אַן אַסיסטענט־פּראָפֿעסאָרין, וואָס שטודירט די פֿרויען־ענינים אין שײַכות צו רעליגיע אינעם קאָמער אוניווערסיטעט, האָט איבערגעגעבן, אַז הגם איר אינסטיטוציע פֿאַרעפֿנטלעכט עטלעכע אַקאַדעמישע זשורנאַלן, אַרײַנגערעכנט אַן ענגלישע אויסגאַבע, בלײַבן זיי כּמעט אינגאַנצן אומבאַקאַנט אין דער וועלט. עס קאָן זײַן, אַז אַזאַ מצבֿ האָט צו טאָן מיט דער פּאָליטישער איזאָלאַציע פֿון איראַן. דערצו, ווערן ס׳רובֿ פֿאָרשונגען אָנגעשריבן אויף פּערסיש.
עס קאָן זײַן, אַז די איזאָלאַציע פֿון די איראַנישע פֿאָרשער פֿון ייִדישע ענינים איז אויך פֿאַרבונדן מיט דער אַנטי־ציוניסטישער פּאָליטיק פֿון דער איראַנישער רעגירונג. אַ סך גרויסע קאָנפֿערענצן אויף ייִדישע טעמעס קומען פֿאָר אין ישׂראל אָדער האָבן עפּעס אַ שײַכות צו ציוניזם. די איראַנער טאָרן זיך נישט באַטייליקן אין אַזעלכע אונטערנעמונגען. טאָפֿיגי האָט דערקלערט, אַז הגם איר אוניווערסיטעט באַציט זיך נעגאַטיוו צו מדינת־ישׂראל ווי אַ וועלטלעכע ציוניסטישע מלוכה, האָבן די פֿאָרשער דרך־ארץ צו די ייִדן און ייִדישער אמונה. אין איראַן זענען די דאָזיקער צוויי זאַכן בולט צעטיילט. אַדרבה, האָסיין סאָליימאַני האָט צוגעגעבן, אַז לויט דער שיטה פֿון זײַן אוניווערסיטעט, מוז מען זיך באַציִען פּאָזיטיוו צו די אַנדערע רעליגיעס, אַרײַנגערעכנט ייִדישקייט.
ווען איך האָב געפֿרעגט אַבדול־ראַהים סאָליימאַני, פֿאַרוואָס דער קאָראַן שילדערט מיט אַ נעגאַטיוון טעם די ייִדישע קהילה אין מעדינע, האָט ער געענטפֿערט, אַז דאָס איז זייער אַ פּשוטע קשיא, וואָס ווערט פֿאַרענטפֿערט אינעם קאָראַן גופֿא: בײַ ייִדן, אַזוי אין אַנדערע רעליגיעזע מענטשן, טרעפֿן זיך גוטע מענטשן און שלעכטע, וואָס איסלאַם פֿאַרדאַמט. טאָפֿיגי האָט צוגעגעבן, אַז ס׳רובֿ מוסולמענער גלייבן נישט, אַז די קאָראַנישע אויסדרוקן באַציִען זיך צו אַלע ייִדן אין אַלע תּקופֿות, דערפֿאַר איז עס פֿאַר איר נישט קיין קשיא.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.