אינעם יאָר 1999, האָב איך געהאָלפֿן דעם טעלעוויזיע־קאַנאַל CBS צוצוגרייטן אַ רעפּאָרטאַזש וועגן אַ פּאָליטישן אָסיר אין איראַן. שפּעטער האָט דער פֿאַרשטאָרבענער באָב סײַמאָן געוואָלט דערציילן וועגן אַן איראַנישן עקוויוואַלענט פֿונעם סאָוועטישן דיסידענט, אַנדריי סאַכאַראָוו. דאָס איז געווען אינעם שפּיץ פֿון דער „רעפֿאָרמען־תּקופֿה‟ פֿונעם פּרעזידענט מאָהאַמאַד כאַטאַמי, וועלכער איז דעמאָלט געוואָרן גאָר פּאָפּולער אין דער וועלט, אַ דאַנק זײַן ברייטן שמייכל, שיין־אָפּגעשניטענער באָרד און זײַן צוזאָגן דער וועלט צו פֿאַרברייטערן דעם „דיאַלאָג צווישן ציוויליזאַציעס‟.
סײַמאָן איז טאַקע געפֿאָרן מיט זײַנע קאָלעגן קיין איראַן, אָבער צו מײַן אַנטוישונג, האָבן זיי זיך אומגעקערט מיט גאָר אַן אַנדער רעפּאָרטאַזש — וועגן דעם 20סטן יאָרטאָג פֿונעם קריזיס מיט די פֿאַרכאַפּטע בעת דער איסלאַמישער רעוואָלוציע פֿונעם יאָר 1979. די אַמעריקאַנער זשורנאַליסטן האָבן געוויזן אַ געשטאַלט פֿון איראַן, וווּ דער עולם קריטיקירט זייער רעגירונג בפֿרהסיא; דריקט אויס ליבשאַפֿט פֿאַר די אַמעריקאַנער, און צומאָל, אין אַ געוויסער מאָס, אַפֿילו די פֿאַראייניקטע שטאַטן ווי אַ מלוכה. אויפֿן עקראַן האָט מען געוויזן געשמאַקע מאָלצײַטן, און שיינע פֿרויען אין מערבֿדיקע קליידער מיט קוים צוגעדעקטע האָר.
מיט 17 יאָר שפּעטער, זעען מיר ווײַטער דאָס זעלביקע אין די Forward־רעפּאָרטאַזשן פֿון לאַרי קאָלער־עסעס. הגם זײַן באַציִונג צו איראַן איז אַ סענסיטיווע און באַלאַנסירטע, חזרט ער איבער די זעלבע מעשׂה, אַז די אַמעריקאַנער ווייסן ווייניק וועגן דעם אמתן לעבן אין דער איסלאַמישער רעפּובליק און אַז דער נײַער נוקלעאַרער אָפּמאַך איז טאַקע אַ „העפּי־ענד‟ פֿונעם לאַנג־פֿאַרשלעפּטן קאָנפֿליקט.
די אַרטיקלען פֿון קאָלער־עסעס זענען אַ סימן, אַז איראַן האָט ווידער געוווּנען די מעדיאַ־מלחמה. דער Forward האָט באַשלאָסן צו שיקן אַ זשורנאַליסט ווי אַ פֿאָרשטייער פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה, אַפֿילו נאָך דעם ווי אַן איראַנישער מלוכה־באַאַמטער האָט געפֿאָדערט בײַם Forward אַ רעקאָמענדאַציע־בריוו פֿון די איראַנישע ייִדישע קהילה־פֿירער. איך פֿאַרשטיי, אַז אַ זשורנאַליסט וויל אויסנוצן די געלעגנהייט צו באַזוכן אַ לאַנד, וואָס ס׳רובֿ אַמעריקאַנער באַטראַכטן ווי אַן אומצוטריטלעך אָרט. די קשיא איז אָבער, צי ס׳איז כּדאַי אויסצונוצן יעדע אַזאַ געלעגנהייט? פֿאַרוואָס האָט די איראַנישע ייִדישע קהילה געמוזט רעקאָמענדירן אַ זשורנאַליסט, וואָס זיי קענען אַפֿילו נישט? צי פאָדערט מען אַזעלכע בריוו פֿון די דײַטשישע אָדער בריטישע נישט־ייִדישע צײַטונגען?
נאָך דער איסלאַמישער רעוואָלוציע, האָט כאָמייני געפּסקנט, אַז ייִדן און ציוניזם זענען צוויי אינגאַנצן באַזונדערע זאַכן. זינט דעמאָלט, האָט די איראַנישע ייִדישע קהילה געוואָלט לעבן שטיל, כּדי מע זאָל זי נישט באַטראַכטן ווי עפּעס אַ ממשותדיקן פּאָליטישן כּוח. דער דאָזיקער אונטערשייד צווישן ייִדישקייט און ציוניזם, וואָס קאָלער־עסעס דערמאָנט אין זײַן רעפּאָרטאַזש, איז נישט קיין גרויסער חידוש. ווען דער פּרעזידענט מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד איז אויפֿגעטראָטן מיט באַזונדערס שאַרפֿע אויסדרוקן קעגן מדינת־ישׂראל, האָבן די איראַנישע ייִדן אויסגעמיטן אָפֿענע פֿאַרבינדונגען מיט דער וועלט.
ווען מען האָט אין איראַן דערוויילט דעם הײַנטיקן פּרעזידענט, כאַסאַן רוכאַני, האָט ער ערבֿ ראָש־השנה טאַקע געוווּנטשן די ייִדן אַ גוט יאָר און געגעבן אַ גרויסע נדבֿה פֿאַר אַן אָרטיקן ייִדישן שפּיטאָלן, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס עס זענען דאָרט מער נישטאָ קיין ייִדן.
רוכאַניס זשעסטן זענען בלויז געווען אַ פּרוּוו איבערצוצײַגן די מערבֿ־וועלט אָנצונעמען די פּאָליטישע שטעלונגען פֿונעם רעזשים. צום באַדויערן, האָט די ייִדישע קהילה, ווי אַ רעזולטאַט, פֿאַרלוירן איר אַנאָנימקייט, בעת איר פּאָליטישע ווערט איז בולט אָנגעוויזן געוואָרן.
דער מצבֿ אין איראַן איז איצט אַזוי קאָמפּליצירט, אַז ס׳איז פּשוט נישט מעגלעך, אַז אַ רעפּאָרטער זאָל פֿאַרברענגען אַ וואָך צײַט דאָרט און זיך אומקערן אַהיים מיטן אמת, אָדער אַפֿילו מיט אַ ברעקל פֿונעם אמת.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.