ווען דער רוימער מאָלער דזשאָרדזשעס דע קאַנינאָ טראַכט וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער קהילה אין איטאַליע, קוקט ער אויף די ציגל פֿונעם בנין, וואָס שטייען קעגנאיבער זײַן דירה אינעם צענטער פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער געטאָ. פֿאַרן קינסטלער דינען די אַלטע שטיינער ווי אַ קוואַל פֿון אינספּיראַציע. דע קאַנינאָ גלייבט, אַז די ציגל אינעם שכנישן בנין שטאַמען פֿונעם קאָליזיי, דער אוראַלטער רוימישער אַמפֿיטעאַטער, און דערמאָנען אים אין דער לאַנגער געשיכטע פֿון דער איטאַליענישער הויפּטשטאָט.
דעם קאָליזיי האָט דער אימפּעראַטאָר וועספּאַסיאַן אָנגעהויבן בויען נאָכן חורבן פֿונעם בית־המיקדש אין ירושלים. דעמאָלט האָט אין רוים שוין געבליט אַ גענוג אַלטע ייִדישע קהילה. דע קאַנינאָ גלייבט, אַז פּונקט אַזוי ווי די 2,000־יאָריקע שטיינער, וועלן ייִדן ווײַטער וווינען אינעם לאַנד, וווּ זיי האָבן געשפּילט אַ גרויסע היסטאָרישע ראָלע. נישט געקוקט אויף די שטורמישע און אומרויִקע געשעענישן פֿון דער געשיכטע, האָבן די ייִדן אַלעמאָל געוווינט אין רוים. זײַענדיק אַליין אַ רוימער ייִד, טראַכט דע קאַנינאָ גאַנץ אָפּטימיסטיש וועגן דער צוקונפֿט פֿון זײַן קהילה, נישט געקוקט אויף די עקאָנאָמישע צרות און דעם שטײַגנדיקן אייראָפּעיִשן אַנטיסעמיטיזם.
די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין איטאַליע באַטרעפֿט בערך 24,000 נפֿשות. די קהילה לײַדט פֿון די זעלבע פּראָבלעמען, ווי אין אַ סך אַנדערע לענדער: דער פּראָצענט פֿון געמישטע חתונות איז הויך, אַ סך יונגע לײַט פֿאָרן אַוועק אין אַנדערע לענדער, און די אַלגעמיינע צאָל ייִדן פֿאַלט כּסדר. פֿונדעסטוועגן, גלייבן אַ סך איטאַליענישע ייִדן, אַזוי ווי דע קאַנינאָ, אַז זייער קליינע, אָבער פֿאַרשיידנאַרטיקע, קהילה־וועלט וועט בליִען ווײַטער.
דער ניוואָ פֿון געמישטע חתונות אין איטאַליע באַטרעפֿט 50 פּראָצענט. הײַיאָר, האָט די אַרבעטלאָזיקייט צווישן דעם יונגן דור דערגרייכט אַ ריזיקע מדרגה — 44 פּראָצענט. במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, האָבן 340 ייִדן עמיגרירט קיין ישׂראל — צוויי מאָל מער, ווי מיט אַ יאָר פֿריִער. פֿון 1995 ביז הײַנט איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג געפֿאַלן, לויט די אָפֿיציעלע חשבונות, פֿון 27 ביז 24 טויזנט.
במשך פֿון הונדערטער יאָר, האָבן די איטאַליענישע ייִדן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַן אייגענע עדה און זיך אונטערשיידט סײַ פֿון די אַשכּנזים, סײַ פֿון די ספֿרדים, מיט אַן אייגנאַרטיקן נוסח פֿון דאַוונען. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע אייראָפּעיִשע שטעט, האָט מען אין אַ סך אָרטאָדאָקסישע איטאַליענישע שילן געשפּילט אויפֿן אָרגל, לויטן אַלטן רבנישן היתּר פֿונעם 17טן יאָרהונדערט.
גווידאָ וויטאַלע, דער רעדאַקטאָר פֿון דער ייִדישער צײַטונג Pagine Ebraiche („ייִדישע זײַטלעך‟), האַלט, אַז די רעלאַטיוו קליינע צאָל ייִדן אין זײַן קהילה איז לאַוו־דווקא אַ סימן פֿון אונטערגאַנג. אַדרבה, וויטאַלע האָט באַטאָנט, אַז בלויז די, וואָס קוקן אויפֿן ייִדישן פֿאָלק ווי אויף אַן „אַרמיי, וואָס מוז האַלטן אַ פּראָפּאַגאַנדע־מלחמה‟, זאָרגן זיך וועגן די דעמאָגראַפֿישע ציפֿערן. לעצטנס, האָבן זיך אין איטאַליע געעפֿנט אַ צאָל נײַע כּשרע רעסטאָראַנען; איין אַזאַ אָרט, וואָס טראָגט דעם נאָמען „בגטו‟ („אין דער געטאָ‟ אויף העברעיִש), האָט במשך פֿון די לעצטע 7 יאָר געעפֿנט צוויי באַזונדערע צווײַגן, נאָך דער בקשה פֿון די אָרטיקע תּושבֿים. אין רוים זענען פֿאַראַן דרײַ ייִדישע קינדער־גערטנער און אַ טאָגשול.
אין פֿלאָרענץ, טאָרינאָ אין מילאַן זענען אויך פֿאַראַן גאַנץ אַקטיווע ייִדישע קהילות. די ייִדן אין רוים באַמערקן, אַז אויפֿן קהילה־לעבן אין זייער לאַנד האָט שטאַרק געווירקט דער אָנקום פֿון די 5,000 ייִדישע פּליטים, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן פֿון ליביע אינעם יאָר 1967, צוליב די אַנטיסעמיטישע אומרוען, און האָבן זיך באַזעצט אין איטאַליע. די ליבישע אימיגראַנטן זענען געווען, בדרך־כּלל, פֿרומער ווי די אָרטיקע ייִדן. במשך פֿון דער צײַט, האָבן זיי זיך אויסגעמישט מיט דער אָרטיקער קהילה; ווי אַ רעזולטאַט, האָבן מער איטאַליענישע ייִדן אָנגעהויבן שטרענגער צו היטן די הלכה.
אין פֿאַרגלײַך מיט אַ טייל אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, האָבן די איטאַליענישע ייִדן נישט מורא פֿאַר אַנטיסעמיטיזם. אַדרבה, ווי עס האָט דערקלערט רענזאָ גאַטעניאַ, דער פּרעזידענט בײַם פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע קהילות אין איטאַליע, קאָנען די ייִדישע קהילות אין אַנדערע לענדער זיך אָפּלערנען פֿון די איטאַליענער, ווי אַזוי מע קאָן זיך אינטעגרירן מיט דערפֿאָלג אין אַ נישט־ייִדישער סבֿיבֿה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.