אַ גרויסער טייל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג איז שטאַרק פֿאַרזאָרגט פֿון די אַנטי־ישׂראלדיקע און כּמעט אַנטיסעמיטישע רייד פֿון דער אַרגענטינער פּרעזידענטין קריסטינאַ פֿערנאַנדעז־קירכנער.
אין חודש מאַרץ האָט זי אין קאָנגרעס באַשולדיקט ישׂראל אין זיך אַרײַנמישן אין די אַרגענטינער ענינים אין שײַכות מיטן אָפּמאַך מיט איראַן; נישט װעלן אויספֿאָרשן דעם אַטענטאַט אויף איר אַמבאַסאַדע אין 1992 און זיך אַרײַנמישן אין דער אויספֿאָרשונג פֿונעם אַטענטאַט אויפֿן בנין פֿון דער קהילה אין 1994. לעצטנס, האָט זי אין אַ רעדע זיך אַרויסגעזאָגט, אַז היטלער איז אַ פּראָדוקט פֿון דעם, װאָס מען האָט פֿאַרשעמט דײַטשלאַנד נאָך דעם ערשטן װעלטקריג. װען דער אַקאַדעמיקער אַלעכאַנדראָ קאָרבאַטשאָ האָט פּובליקירט אַן אַרטיקל און געשריבן, אַז דער נאַציזם איז אַ פּראָדוקט פֿון זייער אַ סך פֿאַקטאָרן, צװישן זיי — דער אַנטיסעמיטיזם און די מוראדיקע היפּער־אינפֿלאַציע אין דײַטשלאַנד, און אַז היטלער איז נישט געװען קיין משוגענער, נאָר ער האָט גוט פֿאַרשטאַנען דעם אונטערשייד צװישן גוט און שלעכט, — האָט זי אים אָנגערופֿן „איגנאָראַנט‟, און אַז קיינער װייסט נישט װער ער איז.
אַ שוידערלעכער דרײַעק איז לעצטנס אויפֿגעדעקט געװאָרן דורך אַן אַרגענטינער זשורנאַליסט, װאָס האָט סוף אויגוסט פּובליקירט אַ ריי אַרטיקלען װעגן די פֿאַרבינדונגען צװישן װענעצועלאַ (טשאַװעז — אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, און מאַדוראָ — הײַנט צו טאָג), די „פֿאַרק‟ (די רעװאָלוציאָנערע „גערילאַ‟ פֿון קאָלאָמביע), און איראַן (אַכמאַדינעדזשאַד אין דער פֿאַרגאַנגענהייט און דער איצטיקער רעזשים). ער האָט אָנגערופֿן דעם דרײַעק „נאַרקאָ־טעראָריזם‟, און אַז די דרײַ „װאַשן געלט‟ פֿונעם נאַרקאָטיק־מיסחר און שטיצן דעם אינטערנאַציאָנאַלן טעראָריזם.
דינסטיק, דעם 1טן סעפּטעמבער איז פֿאָרגעקומען אין דער „נײַער ייִדישער געמיינדע‟ אַ סעמינאַר װעגן „ייִדישער גענעטיק‟. די לעקטאָרן זײַנען געװען די פּראָפֿעסאָרן מעלינאַ קלורפֿאַן, פֿון דעם ירושלימער אוניװערסיטעט, דער אַרגענטינער מאָלעקולאַרער ביאָלאָג, דיעגאָ לװי און דער פֿאָרשער אליהו בענװעניסטע. זיי האָבן באַהאַנדלט די גענעטישע אונטערשיידן צװישן ספֿרדים און אַשכּנזים; קראַנקײטן, װאָס מען קען אַפֿילו געפֿינען אין דעם בבֿלישן פּעריאָד און װאָס געשעט הײַנט־צו־טאָג, װען ביידע אָפּצװײַגן הייבן אָן ביסלעכװײַז זיך צונויפֿגיסן, ספּעציעל אין ישׂראל. דער סעמינאַר האָט איבערגעלאָזט מערער פֿראַגעס װי ענטפֿערס.
אין דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע איז דעם 2טן סעפּטעמבער פֿאָרגעקומען אַ לעקציע װעגן דעם מאָדערנעם אַנטיסעמיטיזם. דעם טאָג אין 1879 האָט דער דײַטשער שרײַבער װילהעלם מאַר געשאַפֿן דאָס װאָרט אין זײַנעם אַן אַרטיקל, װאָס ער האָט פּובליקירט קעגן דער ייִדישער עמאַנציפּאַציע. מאַרסעלאָ קיסילעװסקי, אַ ישׂראַלדיקער זשורנאַליסט, װאָס באַזוכט אַרגענטינע, האָט רעפֿערירט אויך װעגן דעם מאָדערנעם אַנטי־ישׂראליזם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.