אינעם יאָר 1936, האָט דער ישׂראלדיקער פּאָעט נתן אַלטערמאַן זיך שוין ביטער באַקלאָגט, אַז אין תּל־אָבֿיבֿ איז נישטאָ קיין מעטראָ. אין דער צײַטונג „האָרץ‟, האָט ער דעמאָלט געטענהט, אַז דער „אונטערערדישער חלום‟ פֿון דער שטאָט האָט זיך „אויסגעוועפּט‟.
במשך פֿון צענדליקער יאָר, האָבן די ישׂראלים כּסדר איבערגעחזרט אַלטערמאַנס טענה. סוף־כּל־סוף, מיט 79 יאָר שפּעטער, האָט מען אָנגעהויבן בויען די ערשטע מעטראָ־ליניעס. הגם אין ס׳רובֿ געגנטן, אַחוץ די שטאָטישע קוואַרטאַלן, וועלן די באַנען פֿאָרן אין דרויסן, זענען די תּושבֿים צופֿרידן, אַז תּל־אָבֿיבֿ ווערט אַן ערשט־קלאַסיקע מאָדערנע שטאָט מיט אַן עכטער טראַנספּאָרט־סיסטעם. מעוז עזריהו, אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם חיפֿהר אוניווערסיטעט, וועלכער וווינט אין תּל-אָבֿיבֿ, האָט געזאָגט, אַז יעדע וויכטיקע שטאָט מוז האָבן אונטערערדישע באַנען; אַפֿילו אין קאַיִר זענען זיי פֿאַראַן.
אין אויגוסט, האָט מען אָנגעהויבן אַרבעטן איבער די ערשטע צוויי פֿון די פּלאַנירטע סטאַנציעס אינעם צענטראַלן טייל פֿון דער שטאָט. איידער מע האָט זיך גענומען צום גראָבן, האָבן זיך אין דער פּרעסע פֿאַרשפּרייט קלאַנגען, אַז דער פּראָיעקט וועט אַרויסרופֿן אַ גאַנצן מבול פֿון אויפֿגערייצטע ראַצן, וואָס וועלן „נקמה נעמען‟, ווען מע וועט זיי אַרויסטרײַבן פֿון זייערע נאָרעס צוליב דער גראָבערײַ. אַ טייל אײַנוווינער פֿון דער שטאָט באַקלאָגן זיך איצט, אַז אַחוץ דעם מעגלעכן מאַסן־אָנקום פֿון די פּאַראַזיטישע בעלי־חיים, פֿאַרשאַפֿט דערווײַל די אַרבעט דערווײַל נײַע פּראָבלעמען מיטן טראַנספּאָרט.
אינעם יאָר 2011 האָט זיך אין ירושלים געעפֿנט אַ סיסטעם פֿון לײַכטע באַנען — פֿאַקטיש אַ מעטראָ. לויטן פּלאַן, קלײַבט מען זיך צום יאָר 2021 שאַפֿן אַ גרויסע נעץ פֿון אַכט ליניעס, וואָס וועלן פֿאַרבינדן תּל־אָבֿיבֿ און יפֿו מיט בני־ברק, פּתּח־תּיקווה, רמת־גן און בת־ים. דער פּראָיעקט וועט אָפּקאָסטן 16.1 מיליאַרד שקל (בערך 4.2 מיליאַרד דאָלאַר).
אַמאָל איז תּל־אָבֿיבֿ געווען אַ קליינע שטאָט אויפֿן ים־ברעג. אַזוי ווי לאָס־אַנדזשעלעס אָדער פֿיניקס, איז זי זיך צעוואַקסן צוליב דער ריזיקער צאָל אימיגראַנטן און ווערט הײַנט אַסאָציִיִרט מיט פֿאַרקער־צרות און פֿאַרפּאַקטע פּאַרקיר־פּלעצער. נישט ווייניק תּל־אָבֿיבֿער פּטרן יעדן אָוונט אַ שעה, כּדי צו געפֿינען אַ ליידיק אָרט פֿאַר זייער אויטאָ. הגם מיט דער הילף פֿון דער פּלאַנירטער מעטראָ־סיסטעם האָפֿט מען לייזן די דאָזיקע פּראָבלעם, איז מען דערווײַל חושד, אַז צוליב דער גרויס־מאַסשטאַביקער בויערײַ, וועט דער פּראָיעקט מאַכן דעם מצבֿ מיטן טראַנספּאָרט אַ סך ערגער.
די בעלי־בתּים פֿון רעסטאָראַנען טענהן אויך, אַז אויב מע וועט אָנהייבן בויען און גראָבן לעבן זייערע געשעפֿטן, וועט קיינער נישט וועלן דאָרטן עסן. אַזוי צי אַזוי, נישט געקוקט אויף דער פּאַניק און זאָרגן, גייט אָן די אַרבעט אין דער מעטראָ ווײַטער. לויטן פּלאַן, וועט די צוקונפֿטיקע מעטראָ באַדינען, אַרום 235,000 תּל-אָבֿיבֿער פּאַסאַזשירן יעדן טאָג. שבת וועלן די באַנען נישט פֿאָרן, לויט די ישׂראלדיקע טראַנספּאָרט־געזעצן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.