דער מאַסיווער סאָוועטישער ספּאָרט־קאָמפּלעקס, אויסגעבויט אינעם יאָר 1971, איז איינס פֿון די אינטערעסאַנטסטע ערטער אין ווילנע. ווען מע האָט עס פֿאַרמאַכט אין 2004, איז עס געוואָרן אַ צענטער פֿון היימלאָזע נע־ונדניקעס. איצט פּלאַנירט די ליטווישע רעגירונג איבערצובויען דעם ריזיקן בנין און צו פֿאַרוואַנדלען אים אין אַ מאָדערנעם קאָנפֿערענץ־צענטער, וואָס וועט אָפּקאָסטן 25 מיליאָן דאָלאַר.
די פּראָבלעם באַשטייט אין דעם, וואָס אויפֿן שטח פֿונעם קאָמפּלעקס, וואָס געפֿינט זיך לעבן דעם ברעג פֿונעם טײַך נעריס אינעם היסטאָרישן ווילנער ראַיאָן שניפּישעק, איז אַמאָל געשטאַנען אַן אַלטער ייִדישער בית־עולם, וווּ עס זענען באַערדיקט אַ סך באַרימטע רבנים, אַרײַנגערעכנט דעם ווילנער גאָון; זײַן געביין האָט מען אָבער אַריבערגעטראָגן אויף אַן אַנדער אָרט אינעם יאָר 1949.
רוטאַ בלאָשטיין, אַ ייִדישע תּושבֿטע פֿון ווילנע, האָט באַמערקט, אַז ווען עמעצער וואָלט פֿאָרגעלייגט קאַליע צו מאַכן אַ פּלאַץ, וווּ עס געפֿינען זיך די קבֿרים פֿון אַלע מלכים, גלחים און געלערנטע פֿון אַ געוויס לאַנד, וואָלט עס בשום־אופֿן נישט דערלאָזט געוואָרן צו טאָן. די ליטווישע רעגירונג האָט זיך געווענדט צו דער אָרטיקע ייִדישער קהילה, כּדי צו באַקומען פֿון איר אַ רשות פֿאַרן בויערײַ־פּראָיעקט. אין פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד ווערן די ייִדישע בית־עולמס אָפּגעהיט על־פּי געזעץ. אין אויגוסט, האָט די „אייראָפּעיִשע קאָמיסיע‟ באַטאָנט, אַז כּדי צו באַקומען אַ סובסידיע אויף 14.5 מיליאָן דאָלאַר פֿאַרן בויערײַ־פּראָיעקט, מוז ליטע זיך צו רעכענען מיט די געזעצן פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד.
אַ סך אָרטיקע ייִדן זענען קעגן דעם פּראָיעקט. אין אַפּריל, האָט אַ גרופּע רבנים פֿונעם לאָנדאָנער „קאָמיטעט פֿאַרן אָפּהיטן די ייִדישע בית־עולמס אין אייראָפּע‟ עס דווקא גוטגעהייסן, ווײַל הגם אויפֿן אַלגעמיינעם שטח פֿונעם ספּאָרט־קאָמפּלעקס האָבן זיך אַמאָל געפֿונען די קבֿרים, בלײַבט נישט קלאָר, צי זיי זענען אויך געשטאַנען דאָרטן, וווּ מע פּלאַנירט איצט צו בויען. הרבֿ אַבֿרהם גינזבערג, דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿון דער גרופּע, האָט געזאָגט, אַז ס׳איז אַפֿילו נישטאָ קיין חשד מחלל צו זײַן די מתים אין דעם פֿאַל, „ס׳איז נישטאָ דאָרטן אַבסאָלוט גאָרנישט‟.
ממילא, האָט די אָרטיקע ייִדישע קהילה מקבל געווען דעם פּסק און האָט גוטגעהייסן די בויערײַ. פֿאַיִנאַ קוקליאַנסקי, די קהילה־פּרעזידענטין, האָט צוגעגעבן, אַז ווען מע האָט אויפֿגעשטעלט דעם ספּאָרט־קאָמפּלעקס, האָט מען אויסגעגראָבן זייער אַ טיפֿע גרוב, דערפֿאַר האָבן דאָרטן סײַ־ווי־סײַ נישט געקאָנט בלײַבן קיין ביינער. לויטן איצטיקן פּלאַן, וועט מען שאַפֿן אַרום דעם באַנײַטן בנין אַן אָנדענק־פּאַרק מיט מעמאָריאַלע שילדן לזכר די פּראָמינענטע ייִדן, וואָס זענען אַמאָל געלעגן אויפֿן דאָזיקן שטח.
אַ טייל ווילנער ייִדן האָבן אָבער באַשולדיקט זייערע קהילה־פֿירער און דעם לאָנדאָנער קאָמיטעט אין קאָרופּציע. ווי מע האָט אויסגעפֿונען, האָבן די רבנים געהאָפֿט צו באַקומען 100,000 דאָלאַר פֿון דער ליטווישער רעגירונג, כּדי צו פֿירן זייער השגחה בעת דער בוי־אַרבעט. דער באַקאַנטער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר דוד כּ״ץ איז צווישן די אַקטיווע קעגנער פֿונעם פּראָיעקט.
הרבֿ גינזבערג האָט אָבער דערקלערט, אַז די סומע, וואָס די רבנים האָבן געבעטן, איז געווען פֿאַר די נייטיקע הוצאות, כּדי משגיחים זאָלן טאַקע פֿאַרזיכערן מיט דער הילף פֿון ראַדאַר־אויסשטאַטונג, אַז אונטער דער ערד זענען נישטאָ קיין מענטשלעכע ביינער. זיי האָבן בשום־אופֿן נישט געבעטן קיין כאַבאַר; דערצו, האָבן זיי בײַם סוף באַקומען בלויז עטלעכע טויזנט.
אין אויגוסט, האָט די ווילנער ייִדישע קהילה באַזײַטיקן דעם געוועזענעם הויפּט־רבֿ, חיים בורשטיין, וועלכער האָט פֿאַרנומען די דאָזיקע פּאָזיציע במשך פֿון 11 יאָר און האָט אַקטיוו קריטיקירט דעם בויערײַ־פּלאַן. קוקליאַנסקי האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז זי האָט נישט קיין שײַכות צום באַשלוס אָפּצוזאָגן בורשטיינען. דאָס „באַלטישע נײַעס־דינסט‟ האָט אָבער ציטירט איר קריטישע ווערטער, אַז דער רבֿ האָט „פֿאַרשפּרייט בפֿירוש פֿאַלשע אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם שניפּישערער בית־עולם‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.