כאָטש איך בין שוין 35 יאָר אַלט, האָב איך ביז הײַנט געוווּסט בלויז איין שרעקלעכן פֿאַקט וועגן מײַן עלטערזיידע און עלטערבאָבע, קאַרל און פּאַולאַ ברענער, אַז זיי האָבן געוווינט אין בערלין און געפּרוּווט צו אַנטלויפֿן פֿון דײַטשלאַנד. די נאַציס האָבן זיי אָבער פֿאַרטיליקט אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן.
איך בין אויפֿגעוואַקסן אין ישׂראל. מיט אַ יאָר צוריק, האָב איך זיך באַזעצט אין בערלין און זיך פֿאַראינטערעסירט מיט מײַן משפּחה־געשיכטע. אַרומשפּאַצירנדיק אויף די בערלינער גאַסן, האָב איך זיך באַמיט זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי די שטאָט האָט אויסגעזען, ווען קאַרל און פּאַולאַ האָבן דאָ געוווינט, ווי אַזוי זיי האָבן געלעבט און מיט וועמען זיך געחבֿרט. צום מערסטן, האָב איך געוואָלט פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס מײַנע עלטערזיידע און עלטערבאָבע זענען נישט אַנטלאָפֿן פֿריִער פֿון בערלין.
זייער זון און מײַן זיידע, וואַלטער ברענער, איז אַנטלאָפֿן פֿון דײַטשלאַנד קיין אַמעריקע אינעם יאָר 1937. אין 1993 איז ער ניפֿטר געוואָרן אין ישׂראל. דער זיידע האָט נישט ליב געהאַט צו רעדן וועגן זײַנע טאַטע־מאַמע, אין פֿאַרגלײַך מיטן רעדן וועגן מײַן באָבען, אַליסע ליכט, וועלכע האָט העלדיש אויסגעלעבט נאָכן חורבן. די מעשׂה פֿון איר ניצול ווערן האָט וואַלטער כּסדר איבערדערציילט, אָבער זײַנע עלטערן האָט ער כּמעט קיינמאָל נישט דערמאָנט בכלל.
פּלוצעם, האָט מײַן טאַטע, גאַרי ברענער, דאָס איינציקע אייניקל פֿון קאַרל און פּאַולאַ, באַקומען אַ בליצפּאָסט, וואָס האָט אים מיטגעטיילט, אַז זײַנע באָבע־זיידע וועלן דערמאָנט ווערן אינעם הזכּרה־פּראָיעקט Stoplersteine („שטרויכל־שטיינער‟). דער קינסטלער גונטער דעמניג, וועלכער האָט געשאַפֿן דעם פּראָיעקט, האָט דערקלערט, אַז יעדער קאָן מנדבֿ זײַן געלט פֿאַר די קליינע אָנדענק־שטיינער מיט די נעמען פֿון די אומגעקומענע ייִדן און קורצע ביאָגראַפֿישע נאָטיצן, וואָס ווערן אַרײַנגעשטעלט אויף די גאַסן לעבן זייערע געוועזענע היימען.
די אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָט צוגעשיקט מײַן טאַטן די בליצפּאָסט, האָט פֿאַרבעטן אונדזער משפּחה זיך צו באַטייליקן אין דער צערעמאָניע, בעת וועלכער מע וועט אַרײַנשטעלן אַ שטיין אין אָנדענק פֿון קאַרל און פּאַולאַ ברענער, לעבן דעם הויז נומער 15 אויף דער בערלינער טאָמאַסיוס־גאַס. דאָס איז געווען דער לעצטער אַרדעס פֿון מײַנע עלטערזיידע און עלטערבאָבע. צום ערשטן מאָל בין איך געווויר געוואָרן, וווּ זיי האָבן געוווינט.
די צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען דעם 24סטן יולי. זײַענדיק דער איינציקער בערלינער תּושבֿ אין דער משפּחה, האָב איך זי רעפּרעזענטירט און געבעטן מײַן טאַטן צו דערציילן וואָס מער וועגן זײַן זיידע און באָבע. צו מײַן חידוש, האָט מײַן טאַטע געוווּסט מער, ווי איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט. קודם־כּל, האָב איך אויסגעפֿונען, אַז קאַרל איז געבוירן געוואָרן נישט אין דײַטשלאַנד, נאָר אין שוועץ, מערבֿ־פּרײַסן, אינעם יאָר 1870. הײַנט געפֿינט זיך די דאָזיקע שטאָט אויפֿן שטח פֿון פּוילן. פּאַולאַ איז געבוירן געוואָרן אין נײַסע, אינעם יאָר 1884. דעמאָלט איז עס געווען אַ טייל פֿון דײַטשלאַנד, אָבער הײַנט אויך פּוילן.
בעת דער צערעמאָניע, האָב איך צום ערשטן מאָל באַזוכט די גאַס, וווּ קאַרל און פּאַולאַ האָבן געוווינט, וואָס געפֿינט זיך אינעם ראַיאָן מאָאַביט. פֿריִער האָב איך זעלטן שפּאַצירט אין דער דאָזיקער געגנט. די הײַנטיקע תּושבֿים פֿון דער גאַס האָבן איבערגעגעבן, אַז מײַן זיידע, וואַלטער, האָט דאָרטן געוווינט מיט זײַנע עלטערן זינט 1911, און איז דערצויגן געוואָרן אין זייער הויז. 16 אַנדערע ייִדישע אײַנוווינער פֿונעם זעלבן בנין זענען אויך אומגעקומען בעת דעם חורבן. בעת דער צערעמאָניע האָט מען אַרײַנגעשטעלט אין דער גאַס די שטיינער מיט זייערע נעמען.
אַ העלפֿט פֿונעם בנין איז צעשטערט געוואָרן בעת אַ באָמבאַרדירונג. אַ טייל פֿונעם אַלטן הויז, וואָס מע האָט רעמאָנטירט, שטייט ביזן הײַנטיקן טאָג. מײַן זיידע, וואַלטער, האָט געפּרוּווט צו ראַטעווען זײַנע עלטערן פֿון אַמעריקע. דאָס האָט זיך אים אָבער נישט אײַנגעגעבן, ווײַל לכתּחילה האָבן זיי געגלייבט, אַז אין אַזאַ גרויסער שטאָט, ווי בערלין, דאַרפֿן זיי זיך נישט זאָרגן. ווען אינעם יאָר 1941 האָבן זיי פֿאַרשטאַנען, אַז אויף די בערלינער ייִדן וואַרט דער זעלבער טראַגישער גורל, איז שוין געווען צו שפּעט.
דעם 9טן סעפּטעמבער, 1942, איז קאַרל פֿאַרשיקט געוואָרן קיין טערעזינשטאַדט, וווּ ער איז געשטאָרבן מיט צוויי וואָכן שפּעטער. פּאַולאַ איז אומגעקומען דעם 16טן מײַ, 1944, אין אוישוויץ. זײַענדיק דעמאָלט אין אירע 50ער, האָט זי זיך אָפּגעמוטשעט 20 חדשים אין קאָנצענטראַציע־לאַגערן.
אַזוי צי אַזוי, פֿיל איך זיך איצט נענטער צו דער געגנט, וווּ מײַן ערטערזיידע און עלטערבאָבע האָבן אַמאָל געוווינט. סוף־כּל־סוף, בלײַבט בערלין אַן אָרט, וואָס מײַן משפּחה האָט פֿאַר דער מלחמה באַטראַכט ווי זייער היים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.