דעם 8טן סעפּטעמבער האָט זיך אין קיִעוו געעפֿנט איינער פֿון די פּאָפּולערסטע טעאַטער־פֿעסטיוואַלן אין אוקראַיִנע — „די בלאָנדזשענדע שטערן‟.
מיט 18 יאָר צוריק, האָט דער „ייִדישער פֿאָנד פֿון אוקראַיִנע‟ געגרינדעט די דאָזיקע יערלעכע קולטור־אונטערנעמונג, געווידמעט דער שעפֿערישער ירושה פֿון שלום־עליכם, דער גרויסער ייִדישער קלאַסיקער, וועלכער איז אויפֿגעוואַקסן לעבן קיִעוו און האָט געוווינט אין דער אוקראַיִנישער הויפּטשטאָט פֿון 1897 ביז 1905, ווען ער איז אַוועקגעפֿאָרן קיין ניו־יאָרק, צוליב דער בלוטיקער כוואַליע פּאָגראָמען.
במשך פֿון דער צײַט, איז דער פֿעסטיוואַל זיך צעוואַקסן אין אַן אינטערנאַציאָנאַלער אונטערנעמונג, אין וועלכער עס האָבן זיך שוין באַטייליקט 90 טעאַטערס פֿון 19 לענדער, וועלכע האָבן געשפּילט די ווערק פֿון שלום־עליכמען און זײַנע מיטצײַטלער אויף 10 פֿאַרשיידענע שפּראַכן — אַרײַנגערעכנט, פֿאַרשטייט זיך, ייִדיש.
אינעם יאָר 2006, האָט דער אוקראַיִנישער קולטור־מיניסטעריום אָנערקענט דעם פֿעסטיוואַל „די בלאָנדזשענדע שטערן‟ ווי דעם סאַמע געראָטענעם טעאַטראַלישן פּראָיעקט פֿון נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן אינעם לאַנד. דער מיניסטריום גיט יעדעס יאָר אויס סובסידיעס פֿאַר דער אונטערנעמונג, וואָס באַקומט אויך שטיצע פֿונעם „דזשוינט‟ און אַ צאָל אַנדערע אָרגאַניזאַציעס.
במשך פֿון 6 טעג, פֿונעם 8טן ביזן 13טן סעפּטעמבער, וועלן אַ ריי פּראָפֿעסיאָנאַלע טעאַטערס און טעאַטער־סטודיעס דורכפֿירן זייערע ספּעקטאַקלען אין דער אָפּערע־סטודיע בײַ דער אוקראַיִנישער נאַציאָנאַלער מוזיקאַלישער אַקאַדעמיע, דעם קולטור־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון אי.
קאָזלאָווסקי און אינעם קיִעווער מוזיי פֿון שלום־עליכם.
דער פֿעסטיוואַל האָט זיך געעפֿנט מיט אַרקאַדי חייטס פּיעסע „מײַן כּשרע פֿרוי‟, געשפּילט דורך דער ניקאָלײַעווער טעאַטער־סטודיע „נאָעק‟. דעם זעלבן טאָג, האָט די קיִעווער סטודיע „קאָנסטרוקציע־פּונקט‟ געוויזן משה גערשענזאָנס באַקאַנטע פּיעסע „הערשעלע אָסטראָפּאָליער‟. אַ צאָל אַנדערע ספּעקטאַלקען, וואָס וועלן דורכגעפֿירט ווערן במשך פֿונעם פֿעסטיוואַל, זענען באַגרינדעט אויף די ווערק פֿון אַזעלכע רוסיש־שפּראַכיקע דראַמאַטורגן, ווי זינאָווי סאַגאַלאָוו און אפֿרים סעוועלאַ (1928—2010).
די קיִעווער סטודיע „ש-אַ‟ וועט אויפֿטרעטן אינעם מוזיי אויף שלום־עליכמס נאָמען מיטן ספּעקטאַקל „שלום־עליכם, קיִעוו!‟. אַ גרופּע אַקטיאָרן פֿון לעמבערג וועט באַקענען די תּושבֿים פֿון דער אוקראַיִנישער הויפּטשטאָט מיט דער פּיעסע „די סטאַנציע, אָדער דער גראַפֿיק פֿון וווּנטשן אויף מאָרגן‟ פֿונעם הײַנטצײַטיקן דראַמאַטורג אַלכּסנדר וויטער. צו שליסן דעם 18טן יערלעכן פֿעסטיוואַל פּלאַנירט מען מיט איגאָר אַפֿאַנאַסיעווס פֿריילעכער קאָמעדיע „ווער און פֿאַר וועמען איז ראַבינאָוויטש‟.
אַרקאַדי מאָנאַסטירסקי, דער פּרעזידענט פֿונעם „אוקראַיִנישן ייִדישן פֿאָרום‟ און דער פֿאָרזיצער בײַם אָרגאַניזאַציאָנעלן קאָמיטעט פֿון דער אונטערנעמונג, האָט איבערגעגעבן, אַז יעדעס יאָר ווערט דער פֿעסטיוואַל „די בלאָנדזשענדע שטערן‟ אַלץ פּאָפּולערער און ציט צו פּראָפֿעסיאָנעלע רעזשיסאָרן, אַקטיאָרן און קולטור־טוער פֿון פֿאַרשיידענע אוקראַיִנישע שטעט און אַנדערע לענדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.