דער רוסלענדישער יוסטיץ־מיניסטעריום האָט אַרײַנגעשריבן אַ ייִדישע קולטורעלע אַסאָציאַציע, וואָס האָט אַ שײַכות צום אַמעריקאַנער „דזשוינט‟, אין דער ליסטע פֿון נישט־מלוכישע אָרגאַניזאַציעס, וועלכע ווערן באַטראַכט ווי „אויסלענדישע אַגענטן‟.
די אָרגאַניזאַציע, וואָס טראָגט דעם נאָמען „חסד־תּשובֿה‟, געפֿינט זיך אין דער שטאָט ריאַזאַן, 120 מײַל אויף דרום פֿון מאָסקווע. דעם 11טן סעפּטעמבער האָט זי איבערגעגעבן, אַז די רעגירונג האָט זי פֿאַררעכנט ווי אַ קוואַל פֿון פֿרעמדער השפּעה, לויטן געזעץ, וואָס מע האָט אײַנגעפֿירט אינעם יאָר 2012. אויפֿן סמך פֿון דעם דאָזיקן געזעץ, מוזן די נישט־מלוכישע אָרגאַניזאַציעס זיך רעגיסטרירן אינעם יוסטיץ־מיניסטעריום ווי „אויסלענדישע אַגענטן‟, אויב זיי פֿאַרנעמען זיך מיט פּאָליטישער טעטיקייט און באַקומען געלט פֿון אַנדערע לענדער.
די מענטשנרעכט־אָרגאַניזאַציע HRW, מיטן צענטער אין ניו־יאָרק, האָט באַמערקט, אַז לויט די רוסלענדישע געזעצן קאָן מען פֿאַררעכענען אַ סך מינים פֿון געזעלשאַפֿטלעכער אַקטיווקייט, ווי „פּאָליטישע‟ טעטיקייט. ס׳זעט אויס, אַז מע האָט אַרײַנגעשריבן „חסד־תּשובֿה‟ אין דער ליסטע פֿון די אויסלענדישע אַגענטן צוליב דעם, וואָס איר גאַנצער בודזשעט קומט פֿונעם אַמעריקאַנער „דזשוינט‟. צום ערשטן מאָל איז אַ בפֿירוש ייִדישע אָרגאַניזאַציע אַרײַן אין דער ליסטע, וווּ עס געפֿינען שוין בערך 100 גרופּעס, וואָס קריגן געלט פֿון אויסלאַנד.
דער „דזשוינט‟ מײַדט אויס פּאָליטישע ענינים און פֿאָקוסירט זיך בלויז אויף הומאַניטאַרער הילף. „חסד־תּשובֿה‟ באַזאָרגן די ייִדן אין רוסלאַנד און אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד מיט שפּײַז, מעדיקאַמענטן און אַנדערע מינים הילף. דער רוסלענדישער יוסטיץ־מיניסטעריום האַלט אָבער, אַז די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע שטרעבט משפּיע צו זײַן אויף די רעגירונג־אינסטאַנצן דורך מאַסן־אונטערנעמונגען, וואָס זענען מסוגל צו בײַטן די פּאָליטישע מיינונגען פֿון די באַטייליקטע.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די רעגירונג פֿון רוסלאַנד, בראָש מיטן פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, העלפֿט די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אינעם לאַנד, בפֿרט די ליובאַוויטשער חסידים. זיי האָבן אָבער נישט קיין שײַכות צום „דזשוינט‟. אפֿרים זוראָף, דער ישׂראלדיקער דירעקטאָר פֿונעם „צענטער אויפֿן נאָמען פֿון שמעון וויזענטאַל‟, האָט באַמערקט, אַז דער באַשלוס פֿונעם יוסטיץ־מיניסטעריום קאָן האָבן צו טאָן מיטן אינערלעכן סיכסוך צווישן די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין רוסלאַנד. דער סטאַטוס פֿון אַן „אויסלענדישן אַגענט‟ לייגט אַרויף אַ שטרענגער אַחריות אויף די שטײַערן און אַנדערע פֿינאַנציעלע ענינים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.