מיט צוויי יאָר צוריק, האָט מען מיך געבעטן דורכצופֿירן די טהרה און לוויה פֿון קאַרמען ווײַנשטיין, די געוועזענע פֿירערין פֿון דער ייִדישער קהילה אין קאַיִר. מיט אַכט חדשים פֿריִער, בין איך אָנגעקומען קיין עגיפּטן ווי אַ מיטאַרבעטער פֿון דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע. ווײַשטיין איז געווען צווישן די ערשטע מענטשן, וואָס איך האָב געטראָפֿן אינעם לאַנד.
אַמאָל האָבן אין עגיפּטן געוווינט בערך 70,000 ייִדן. ווײַנשטיין, אין אירע אַכציקער, איז געווען דער שטערן פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה, וועלכע באַטרעפֿט הײַנט בלויז עטלעכע צענדליקער, על־פּי־רובֿ עלטערע פֿרויען. זי האָט מיר דערציילט, אַז פֿאַרן יאָר 1948 האָבן די ייִדן, מוסולמענער און קריסטן געלעבט צווישן זיך, בדרך־כּלל, פֿרײַנדלעך. ווײַנשטיין האָט געמאַכט זיכער, אַז די קאַיִרער ייִדן פּראַווען די יום־טובֿים, ווי געהעריק.
פֿריִער האָב איך קיינמאָל נישט אָרגאַניזירט אַ לוויה. די צוויי ייִדישע שוועסטער, מאַגדאַ און נאַדיאַ סיוועראַ, מיט וועלכע איך האָבן זיך באַקענט, ווען די קאַיִרער ייִדן האָבן געפּראַוועט חנוכּה, האָבן מיר דערציילט, צו מײַן חידוש, אַז צווישן מײַנע שכנים וווינען ייִדן ייִנגער פֿון 60 יאָר. צוזאַמען האָבן מיר אָרגאַניזירט אַ חבֿרה־קדישא. מאַגדאַ איז געוואָרן די נײַע פֿירערין פֿון דער ייִדישער קהילה, און איר שוועסטער — די וויצע־פּרעזידענטין. פֿאָלגנדיק מײַנע עצות, האָבן די צוויי שוועסטער אָרגאַניזירט אַ שיינע לוויה און מפֿרסם געווען די שיבֿעה־צערעמאָניע אין דער אָרטיקער שיל „שער השמים‟. אַ סך נײַגעריקע מענטשן זענען געווויר געוואָרן, אַז אין קאַיִר איז נאָך אַלץ פֿאַראַן אַ ייִדישע קהילה.
ווען מע האָט פֿאַרטריבן די רעגירונג פֿון די „מוסולמענישע ברידער‟, אינעם יאָר 2013, איז דער מצבֿ אינעם לאַנד געוואָרן הפֿקרדיק. פֿונדעסטוועגן, האָב איך איבערצײַגט די משפּחה סילוועראָ צו אָרגאַניזירן די תּפֿילות ראָש־השנה און יום־כּיפּור אין דער דערמאָנטער שיל. איך האָב געבלאָזן דעם שופֿר און געלייענט די ספֿר־תּורה פֿאַר אַ קליינער גרופּע פֿון 8 ייִדן. די זיכערהייט־לײַט בײַ דער טיר פֿון דער שיל האָבן זיך געפֿילט נערוועז, ווײַל נישט לאַנג פֿאַר די ימים־נוראָים האָבן די טעראָריסטן געפּרוּווט צו אַטאַקירן דעם עגיפּטישן אינערן־מיניסטעריום.
צוליב די זיכערהייט־זאָרגן, האָט מען דעמאָלט באַשלאָסן צו דאַוונען יום־כּיפּור אין אַן אַנדער, ווייניקער באַקאַנטער קליינער שיל. עס האָבן זיך פֿאַרזאַמלט 12 מתפּללים, על־פּי־רובֿ געוועזענע תּושבֿים פֿון עגיפּטן, וועלכע האָבן אין יענער צײַט באַזוכט זייער היימלאַנד. כ׳האָב דערציילט וועגן דעם באַרימטן עגיפּטישן ייִד סעדיה־גאָון, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין פֿאַיום, נישט ווײַט פֿון קאַיִר.
דעם 6טן מאַרץ, 2014, האָט מאַגדאַ מיר אָנגעקלונגען און איבערגעגעבן, אַז איר שוועסטער איז פּלוצעם געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ־אַטאַק. ווידער האָב איך געמוזט אָרגאַניזירן די חבֿרה־קדישא. דרײַ אַלטע חבֿרטעס, וואָס קענען איינע די צווייטע שוין 40 יאָר — אַ ייִדישע, קריסטלעכע און מוסולמענישע — האָבן זיי דורכגעפֿירט די ריטואַלן. בײַם סוף האָבן זיי זיך צעוויינט. די תּפֿילות האָט מען געזאָגט אויף אַראַביש, פֿראַנצויזיש און לשון־קודש. אַ סך נישט־ייִדן האָבן אויך באַוויינט דעם אומדערוואַרטן טויט פֿון אַ 57־יאָריקער פֿרוי. אַן איסלאַמישער שייך פֿונעם אַל־אַזשאַר, דער וויכטיקסטער צענטער פֿון רעליגיעזע שטודיעס אין עגיפּטן, האָט אַרויסגעוויזן דרך־ארץ און אויפֿגעטראָטן מיט אַ רעדע וועגן אייניקייט פֿון אַלע מענטשן, נישט געקוקט אויף זייער רעליגיע.
ס׳איז נישט קלאָר, ווי לאַנג ס‘וועט די קליינע ייִדישע קהילה נאָך עקזיסטירן אין עגיפּטן. מיר בלאָזן אָבער נאָך אַלץ דעם שופֿר און האָפֿן עס ווײַטער צו טאָן אין די קומענדיקע יאָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.