אין די טעג פֿון תּשרי־יום־טובֿים ווערט די טעמע פֿון יהדות פּאָפּולער אין רוסלאַנד: די מלוכה ווענדט זיך צום רוסישן ייִדנטום און באַגריסט עס צום יום־טובֿ. הײַיאָר האָבן ביידע ייִדישע קהילות פֿון רוסלאַנד באַקומען אַ באַגריסונג־טעלעגראַם פֿון פּרעזידענט פּוטין. די מאָסקווער שילן — אי די גרויסע שילן, אי די קליינע קהילות, וואָס זענען אַנטשטאַנען אין די לעצטע יאָרן — זענען געווען פֿולגעפּאַקט. עס זענען אַהין געקומען וועלטלעכע ייִדן ווי אויך ניט־ייִדן, כּדי צו הערן דעם שופֿר און אָנטייל צו נעמען אין דער תּפֿילה. אין דער גרויסער כאָר־שיל און אין דער גרויסער חב״ד־שיל אין מאַרינאַ ראָשטשאַ האָבן געזונגען חזנים, וואָס זענען געקומען פֿון ישׂראל, און די היגע חזן־קאַפּעליעס. עס זענען אָרגאַניזירט געוואָרן פֿײַערלעכע דרשות און סעודות.
געפּראַוועט ראָש־השנה האָט אויך דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי. דאָרטן איז אָרגאַניזירט געוואָרן אַ יום־טובֿדיקע פּראָגראַם פֿאַר קינדער, וואָס האָט זיך געענדיקט מיט אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער.
דער טוריזם־מיניסטעריום פֿון מדינת־ישׂראל און די ישׂראל־אַמבאַסאַדע אין רוסלאַנד האָבן אָרגאַניזירט בשותּפֿות אַ געשעפֿט־פֿאָרום. די רייד איז געגאַנגען וועגן רוסישן טוריזם אין ישׂראל און פּערספּעקטיוון פֿון זײַן אַנטוויקלונג. אינעם פֿאָרום האָבן זיך באַטייליקט אַרום 200 רוסלענדישע טוריסטישע קאָמפּאַניעס. ספּעציעלע געסט זענען געווען: די פֿאָרשטייער פֿון דער פֿלוג־קאָמפּאַניע „אל־על‟, די פֿאַרוואַלטער פֿון ישׂראלדיקע האָטעלן און גרויסע טוריסטישע פֿירמעס. מע האָט פֿאָרגעשטעלט אַ נײַ וועבזײַטל פֿון דעם טוריזם־מיניסטעריום, וואָס זײַנע טעקסטן ווערן געשריבן פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע וועגווײַזער. מע האָט דערציילט וועגן די מעגלעכקייטן, וואָס עס לייגן פֿאָר די ישׂראלדיקע האָטעלן און טוריסטישע פֿירמעס אין אילת, נתּניה און אין דער געגנט פֿון ים־המלח. אָבער די הויפּט־טעמע איז געווען דער פּראָיעקט פֿון אַ נײַעם פֿלוג: פֿון אָקטאָבער 2015 אָן, וועט מען קענען פֿליִען פֿון מאָסקווע ניט בלויז קיין תּל־אָבֿיבֿ, נאָר אויך קיין עובֿדה־פֿליפֿעלד, וואָס געפֿינט זיך לעבן אילת. אַזעלכע פֿלוגן וועלן פֿאָרקומען 4 מאָל אַ וואָך.
נאָך אַ באַגעגעניש מיט די ישׂראלדיקע געשעפֿטס־לײַט איז פֿאָרגעקומען אין מאָסקווער ייִדישן קהילה־צענטער פֿון חב״ד. דאָרטן איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ זיצונג פֿון ייִדישן געשעפֿטס־קלוב „שלמה‟, און אין אירע ראַמען האָט מען זיך געטראָפֿן מיטן גרינדער פֿון דער קאָמפּאַניע „געט‟, שחר ווײַסער, געשעפֿטסמאַן און אינוועסטאָר. „געט‟ האָט געשאַפֿן איינע פֿון די בעסטע אינטערנעט־דינסטן פֿון באַשטעלן טאַקסי, „געט־טעקסי‟. אין 2013 איז די קאָמפּאַניע אײַנגעשלאָסן געוואָרן אין דער רשימה פֿון 15 די גיך־וואַקסנדיקע קאָמפּאַניעס פֿון דער וועלט. די קאָמפּאַניע איז ממשיך צו וואַקסן, און עפֿנט נײַע אָפּטיילן אין רוסלאַנד.
אין דער רוסלענדישער מלוכישער קינדער־ביבליאָטעק איז פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש מיט לעאָניד טערושקין, דעם דירעקטאָר פֿון אַרכיוו־אָפּטייל בײַם צענטער „חורבן‟. ער האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן אַנאַ פֿראַנקס טאָגבוך און וועגן דעם גורל פֿון קינדער אין דער צײַט פֿונעם חורבן. דאָס באַגעגעניש איז אָרגאַניזירט געוואָרן אין די ראַמען פֿון דער אויסשטעלונג „די צווייטע וועלט־מלחמה אין קינדער־ליטעראַטור‟. דער ייִדישער עולם ווייסט שוין, אַז די טעמע פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה איז פֿאַרבונדן ניט בלויז מיט דער העלדישקייט פֿון סאָוועטישע סאָלדאַטן, נאָר אויך מיטן טראַגישן גורל פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום. צווישן דעם כּלל־רוסישן עולם אָבער, איז די טעמע נאָך זעלטן אַרומגערעדט, און ס’איז וויכטיק, אַז די דירעקציע פֿון דער מלוכישער קינדער־ביבליאָטעק האָט אײַנגעלאַדן אַ מומחה אין דער געשיכטע פֿון חורבן, כּדי ער זאָל דערציילן די קינדער וועגן דעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.