ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

די „דאַיאַ‟ האָט דורכגעפֿירט אַ טראַדיציאָנעלן פֿרישטיק מיט געשעפֿטס־לײַט בעת די ימים־נוראים
Courtesy of daia.org.ar
די „דאַיאַ‟ האָט דורכגעפֿירט אַ טראַדיציאָנעלן פֿרישטיק מיט געשעפֿטס־לײַט בעת די ימים־נוראים

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published September 18, 2015, issue of October 16, 2015.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

דער פּויפּסט פֿראַנציס באַגריסט די אַרגענטינער ייִדישע קהילה

פֿאַר ראָש־השנה האָט דער פּויפּסט פֿראַנציס אַרײַנגעשיקט זײַנע ברכות פֿאַרן נײַעם יאָר 5776 צום ייִשובֿ אין אַרגענטינע. ער האָט עס געטאָן אין אַ בריװ צו זײַן חבֿר, דער ראַבינער אַבֿרהם סקאָרקאַ, און אים געבעטן ער זאָל איבערגעבן, אַז ער װינטשט אַלע ייִדן, „אַל דאָס גוטס צום נײַעם יאָר‟. ער האָט צוגעגעבן, אַז לויט דער ייִדישער טראַדיציע, מישפּט דער אייבערשטער די מענטשן, און אַז עס איז דערפֿאַר נייטיק אַן אינטראָספּעקטיװער אַנאַליז. עס איז אַ צײַט פֿון אמונה און האָפֿענונגען, פֿון תּפֿילה און פֿרײַנדשאַפֿט. ער האָט געבעטן אַלע מתפּללים זאָלן אים האָבן אין זינען, בעת די תּפֿילות, פּונקט װי ער האָט אין זינען אַלע ייִדן אין זײַנע געבעטן. כּדאַי צו דערמאָנען, אַז װען פֿראַנציס האָט באַזוכט ישׂראל דעם חודש מײַ, איז אַבֿרהם סקאָרקאַ געװען זײַן באַגלייטער.

אויך אַנדערע פּערזענלעכקייטן פֿון אַרגענטינע האָבן צוגעשיקט זייערע ברכות צום נײַעם יאָר. דער געװעזענער אויסערן־מיניסטער, כאָרכע טאַיאַנאַ, האָט פּובליקירט אַ װידעאָ; זייערע בריװ האָבן צוגעשיקט אין קהילה אַלע קאַנדידאַטן אויף פּרעזידענט אין די קומענדיקע װאַלן, אַ סך דעפּוטאַטן און סענאַטאָרן האָבן באַגריסט דעם ייִשובֿ, און אָמאַר אַבוד, דירעקטאָר פֿון אינסטיטוט פֿאַרן צווישן־רעליגיעזן דיאַלאָג, האָט זיך אויסגעצייכנט מיט זײַנע װאַרעמע װערטער. פֿון דער אַרגענטינער פּרעזידענטין האָט מען גאָר נישט געהערט.


ווירטועלע תּפֿילות

די געמיינדע „עמיחי‟, װעלכע האָט אײַנגעפֿירט בעת די שבתים, אַז מענטשן, װאָס קענען ניט קומען דאַװנען, זאָלן קענען דורך אינטערנעץ זיך באַטייליקן „װירטועל‟, האָט הײַיאָר אָנגעהויבן צו טראַנסמיטירן אויך במשך ראָש־השנה. אַ גאַנץ יאָר װעט מען קענען זיך פֿאַרבינדן מיט די תּפֿילות אין זייער שיל.


אַ פֿאָדערונג בײַ דער דערעפֿענונג פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿאַראיין פֿון פּראָקוראָרן אויפֿקלערן ניסמאַנס טויט

בעת דעם לעצטן קאָנגרעס פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿאַראיין פֿון פּראָקוראָרן, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין ציריך, האָט דער פֿאָרזיצער גערהאַרד יאַראָש געפֿאָדערט אין זײַן װאָרט בײַ דער דערעפֿענונג פֿון צוזאַמענקום, מען זאָל אויפֿקלערן ניסמאַנס טויט. פּראָקוראָרן זײַנען אומגעקומען לעצטנס אין עגיפּטן, אוגאַנדאַ, האָנדוראַס און טערקײַ; מען רודפֿט פּראָקוראָרן און אַ טייל פֿון זיי זײַנען דערמאָרדעט געװאָרן, װײַל זיי האָבן געװאָלט טאָן זייער אַרבעט.


קאָסטאַ־ריקאַ איז פֿאַרפֿלייצט מיט אַנטיסעמיטישע סימבאָלן

דער „װיזנטאַל־צענטער‟ האָט זיך געװאָנדן צו דער יוסטיץ־מיניסטערין אין קאָסטאַ־ריקאַ, סעסיליאַ סאַנטשעס־ראָמעראָ, מען זאָל אויספֿאָרשן, װער זײַנען די אייגנטימער פֿון אַ געשעפֿט, װאָס פֿאַרקויפֿט און עקספּאָרטירט אַנטיסעמיטישע און נאַצישע ליטעראַטור, ליטעראַטור, װאָס לייקנט דעם חורבן, נאַצישע סימבאָלן און אָביעקטן פֿון דער צװייטער װעלט־מלחמה. די מאַטעריאַלן בעװלען די קרבנות און ברעכן די לאָקאַלע געזעצן קעגן דיסקרימינאַציע.


די ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע האָט געשלאָסן דאָס יאָר

מאָנטיק, דעם 7טן סעפּטעמבער האָט די ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע געשלאָסן דאָס יאָר מיט אַ געזאַנג־ און טאַנץ־פֿעסטיװאַל אין דעם טעאַטער־זאַל פֿון דער „העבראַיִקאַ‟. גרופּעס פֿון 12 אינסטיטוציעס האָבן קינסטלעריש פֿאָרגעשטעלט די 12 חדשים פֿון ייִדישן לוח און פֿאַרװײַלט דעם עולם, װאָס האָט איבערגעפֿולט דעם זאַל. פֿאַרן ספּעקטאַקל האָבן די פֿאַרװאַלטונגען פֿון די אינסטיטוציעס דורכגעפֿירט אַ לחיים צום נײַעם יאָר.


אַ סוף־יאָריקער סך־הכּל אין ייִוואָ

מיטװאָך, דעם 16טן סעפּטעמבער האָט דער ייִװאָ אין אַרגענטינע אָרגאַניזירט אַ צוזאַמענקום פֿון עסקנים, פּראָפֿעסיאָנאַלן און תּלמידים. עס איז שוין אַ טראַדיציע, אַז במשך פֿון די ימים־נורים פֿירט מען דורך אַ סך־הכּל פֿון דער אָפּגעטוענער אַרבעט, מען שטעלט פֿאָר די נײַע פּלענער, און מען הייבט אויף אַ כּוסה צום נײַעם יאָר. דער נײַער פֿאָרזיצער האָט פֿאָרגעשטעלט די פֿאַרװאַלטונג; די תּלמידים האָבן באַשײַנט דעם אָװנט מיט צוגעפּאַסטע טעקסטן, און די קינסטלערין שולמית בענװעיסטע האָט געזונגען מיטן עולם ייִדישע לידער. בײַ דער געלעגנהייט האָט מען זיך געזעגנט מיט דעם דירעקטאָר, װאָס איז פֿאַרבעטן געװאָרן און װעט זיך באַטייליקן אויף דער ייִװאָ־קאָנפֿערענץ אין װילנע.


די „דאַיאַ‟ באַדאַנקט אירע שטיצער

די „דאַיאַ‟ האָט דורכגעפֿירט דאָנערשטיק, דעם 17טן סעפּטעמבער אַ טראַדיציאָנעלן פֿרישטיק מיט געשעפֿטס־לײַט בעת די ימים־נוראים. דער פֿאָרזיצער ד״ר כוליאָ שלאָסער האָט באַדאַנקט די אָנװעזנדיקע פֿאַר זייער שטיצע, װאָס האָט אַרויסגעהאָלפֿן דער אינסטיטוציע אין איר פֿאַרצװײַגטער טעטיקייט, און געבעטן אויך אויף להבא זייער מיטהילף. הרבֿ שמעון מאָגילעװסקי האָט אויך גענומען אַ װאָרט און דורכגעפֿירט אַ צוגעפּאַסטע צערעמאָניע.