מאָכאַמעד דוש ווייסט נישט פּינקטלעך, פֿאַרוואָס אַזויפֿיל ייִדן ווילן קויפֿן זײַנע אתרוגים יעדן אויגוסט און סעפּטעמבער. יעדעס יאָר, קומען די ייִדישע קונים אין זײַן גאָרטן, וואָס געפֿינט זיך צווישן די הויכע מאַראָקאַנער בערג.
דער 67־יאָריקער פּענסיאָנער איז אַ געוועזענער רעסטאָראַן־אַרבעטער, וואָס וווינט אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון קאַסאַבלאַנקע. יעדן זומער פֿאַרברענגט ער אָבער אין די אַטלאַס־בערג, וווּ עס וואַקסן זײַנע אתרוג־ביימער.
אַזוי ווי אַ סך מאַראָקאַנער, איז דוש אַ בערבער. ער פֿאַרשטייט, אַז די ייִדן נוצן אויס די אתרוגים פֿאַר עפּעס אַ רעליגיעזן צוועק, אָבער ווייסט נישט גענוג, וואָס זיי טוען דערמיט. ער איז ווײַט נישט דער איינציקער פֿאַרמער, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן דאָזיקן עסק איז זײַן לאַנד. אין פֿאַרגלײַך מיט די קונים פֿון דרײַ קאָנטינענטן, וואָס קויפֿן אײַן יעדעס יאָר די מאַראָקאַנער אתרוגים, איז די אָרטיקע ייִדישע קהילה רעלאַטיוו קליין.
צוליב דעם פֿאַרגאַנגענעם שמיטה־יאָר, ווען פֿאַרמערײַ איז געווען אָסור על־פּי־הלכה אין ארץ־ישׂראל, איז דעם איצטיקן זומער געקומען קיין מאַראָקאָ אַן אומגעוויינטלעך גרויסע צאָל ישׂראלדיקע קונים. נפֿתּלי לוי, אַ פֿראַנצויזישער אתרוג־הענדלער, האָט דערקלערט, אַז די מאַראָקאַנער אתרוגים פֿון די אַטלאַס־בערג האָבן אַ באַזונדערס שיינע פֿאָרעם און קאָליר.
אליעזר גאָלדשמידט, אַן אַגריקולטור־פּראָפֿעסאָר פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, האָט דערקלערט, אַז ייִדן זענען געווען די ערשטע אתרוג־פֿלאַנצער אין מאַראָקאָ. מיט 2,000 יאָר צוריק האָבן זיי שוין געהאַט אייגענע אתרוג־פּלאַנטאַציעס לעבן דער שטאָט מאַראַקעש. זייערע בערבערישע שכנים האָבן זיך באַקענט מיטן דאָזיקן מין פֿרוכט און האָבן עס ווײַטער קולטיווירט, ווען ס׳רובֿ ייִדן האָבן פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד, אָנהייבנדיק פֿונעם יאָר 1948. הונדערטער טויזנט מאַראָקאַנער אתרוגים ווערן יעדעס יאָר פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט — על־פּי־רובֿ אין אייראָפּע, ווי אויך אין צפֿון־אַמעריקע. אין 2013 האָט ישׂראל אימפּאָרטירט די ערשטע פּאַרטיע פֿון מאַראָקאַנער אתרוגים.
די אתרוג־ביימער זענען זייער סענסיטיוו און נייטיקן זיך אין אַ ספּעציפֿישן קלימאַט. די ייִדישע אײַנקויפֿער פֿאַרזאַמלען זיך יעדעס יאָר, מיט אַ פּאָר וואָכן פֿאַר ראָש־השנה, אין דער ים־שטאָט אַגאַדיר, נישט ווײַט פֿון דער געגנט, וווּ עס געפֿינען זיך די פּלאַנטאַציעס. די קונים אָדער זייערע משגיחים זענען בודק יעדן אתרוג. דוש ווייסט נישט, ווי אַזוי אַ גוטער כּשרער אתרוג דאַרף אויסזען. אַ טייל קונים, וואָס זענען צופֿרידן מיט דער קוואַליטעט פֿון דער סחורה, קויפֿן אײַן גאַנצע קליינע גערטנער אין מאַראָקאָ. צום בײַשפּיל, יצחק לוי, דער טאַטע פֿונעם דערמאָנטן פֿראַנצויזישן ייִד, קויפֿט יעדעס יאָר בערך אַ טויזנט מאַראָקאַנער אתרוגים פֿאַר 7־10 דאָלאַר, און פֿאַרקויפֿט זיי אַ סך טײַערער, צומאָל פֿאַר הונדערטער דאָלאַרן. ער פֿאַרנעמט זיך מיטן דאָזיקן עסק שוין 30 יאָר.
אין אַגאַדיר שאַפֿט זיך יעדן סוף-זומער אַ גאַנצע קהילה פֿון ייִדישע אתרוג־הענדלער. זיי גיבן איבער, אַז קיין אַנטיסעמיטיזם איז אינעם לאַנד נישטאָ, און אַז אויף דער פּלאַזשע שווימען מענטשן אין מערבֿדיקע קורצע בגדים צוזאַמען מיט די טראַדיציאָנעל־באַקליידטע מוסולמענער. אין דער שטאָט הערשט אַן אַטמאָספֿער פֿון אָפֿנקייט און טאָלעראַנץ.
איין פֿראַנצויזישער קאָמערסאַנט, מיכאל בן־שבת, וווינט אין אַגאַדיק כּמעט אַ האַלב יאָר, פֿון מײַ ביז סעפּטעמבער, און פּראָדוצירט בערך 100,000 אתרוגים אַ יאָר אין אַן אינדוסטריעלן מאַסשטאַס. אין פֿאַרגלײַך מיט דושס קליינעם גאָרטן, פֿלאַנצט ער לאַנגע ריינע רייען אתרוג־ביימער און שיקט אַרויס די סחורה אין קאַסטנס קיין אייראָפּע און אַמעריקע.
דוש האָט דערקלערט, אַז ער אינטערעסירט זיך נישט מיטן קאָנפֿילקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. אויב די ישׂראלים קומען צו קריגן זײַן סחורה, פֿאַרקויפֿט ער די אתרוגים אָן קשיאות. אַדרבה, ער דערקלערט, אַז זײַענדיק אַ בערבער, האָט ער ליב די צפֿון־אַפֿריקאַנער ייִדן, וואָס שטאַמען אויך פֿון דער זעלבער געגנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.