דעם קומענדיקן שבת, דעם 19טן סעפּטעמבער, וועט דער שפּאַניש־שפּראַכיקער טעלעוויזיע־נעץ Univision ווײַזן דעם לעצטן עפּיזאָד פֿון דער וואַריעטע־פּראָגראַם „סאַבאַדאָ היגאַנטע‟. במשך פֿון 53 יאָר, צום לענגסטן אין דער געשיכטע פֿון וואַריעטע־פּראָגראַמען אין דער וועלט, האָט דער שאַפֿער, דאָן פֿראַנסיסקאָ, כּסדר פֿאַרווײַלט די צוקוקער מיט אַ עקלעקטיש און אייגנאַרטיק געמיש פֿון שפּילערײַען, טשיקאַווע שמועסן און אַנדערע זשאַנערס. למשל, בעת די מוזיקאַלישע פֿאַרמעסטן האָט מען פֿאַרשוויגן די שלעכטע זינגער מיט אַ טרומייט; מיט דער הילף פֿון ליגן־דעטעקטאָרס האָט מען באַשטעטיקט, צי געוויסע מענער האָבן טאַקע געפֿירט אַ לינקע ליבע; און עלעמענטן פֿון קאָמעדיע זענען געווען אויסגעמישט מיט שיינקייט־קאָנקורסן.
צענדליקער מיליאָן צוקוקער אין 40 לענדער האָבן הנאָה געהאַט פֿון דער פּראָגראַם, וועלכע איז געוויזן געוואָרן יעדן שבת במשך פֿון דרײַ פֿערטל שעה. אַ צאָל אַנדערע פּראָגראַמען האָבן זי פּאַדאָדירט, ווײַל „סאַבאַדאָ היגאַנטע‟ איז געוואָרן אַ גוט באַקאַנטער פֿענאָמען אין דער פּאָפּולערער קולטור. ווייניקער מענטשן ווייסן אָבער, אַז דער שאַפֿער און פֿירער פֿון דער פּראָגראַם, אַ געבוירענער אין טשילי, איז אַ ייִד.
מאַריאָ לויִס קרויצבערגער־בלומענפֿעלד איז געבוירן געוואָרן אין אַ משפּחה פֿון דײַטשישע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. צוליב זײַן אימיגראַנטישער ביאָגראַפֿיע און דער השפּעה פֿון דער אַמעריקאַנער קולטור, איז ער געוואָרן אַ באַרימטער שטערן פֿון דער שפּאַניש־שפּראַכיקער קולטור, בפֿרט אין די לאַטײַן־אַמעריקאַנער לענדער. אַדרבה, זײַן ייִדישער אָפּשטאַם האָט דווקא געהאָלפֿן צו זײַן דערפֿאָלג. פֿאַרן טעלעוויזיע־עקראַן, האָט ער אויסגעקליבן דעם פּסעוודאָנים „דאָן פֿראַנסיסקאָ‟.
דער 74־יאָריקער טעלעוויזיע־שטערן איז געבוירן געבוירן אין טשילי על־פּי צופֿאַל. ס׳איז געווען דאָס איינציקע לאַנד, וווּהין זײַנע טאַטע־מאַמע האָט זיך אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן פֿון די נאַציס. אין זײַן שפּאַנישער אויטאָביאָגראַפֿיע, וועלכע ער האָט אַרויסגעגעבן אינעם יאָר 2001, דערמאָנט זיך קרויצבערגער, אַז זײַנע קינדער־יאָרן זענען פֿול מיט ייִדישע שׂימחות — ווי אויך מיט אַנטיסעמיטיזם. אין דער היים האָט ער, לכתּחילה, גערעדט נאָך דײַטש. שפּאַניש האָט ער אויסגעלערנט שפּעטער אין דער שול. אין טשילי, צוליב דעם שפּראַכלעכן באַריער און דער שׂינאה צו די ייִדן, האָט ער זיך געפֿילט ווי אַ פֿרעמדער. דאָס האָט אים אָבער געהאָלפֿן צו שאַפֿן אַ פּראָגראַם, וואָס האָט שטאַרק אויסגענומען צווישן די לאַטײַן־אַמעריקאַנער אימיגראַנטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ זיי פֿילן זיך אויך אָפּגעפֿרעמדט.
זײַן אויסגעטראַכטן פּערסאָנאַזש, דאָן פֿראַנסיסקאָ זיזיגווען גאָלזאַלעז, האָט קרויצבערגער צוגעטראַכט, ווען ער פֿלעגט פֿאַרווײַלן דעם עולם יעדן פֿרײַטיק אויפֿדערנאַכט אינעם ייִדישן „מכּבי־קלוב‟ פֿון דער טשיליער הויפּטשטאָט, סאַנטיאַגאָ. דאָן פֿראַנסיסקאָ — דער אימיגראַנט, וואָס רעדט אויף אַ שוואַכן שפּאַניש מיט אַ דײַטשישן אַקצענט — איז נישט אינגאַנצן אַ פֿאַנטאַזיע. קרויצבערגער דערקלערט אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע, אַז אינעם דאָזיקן אימאַזש האָבן זיך אָפּגעשפּיגלט זײַנע טאַטע־מאַמע און זייערע דײַטשישע פֿרײַנד.
ווען קרויצבערגער דער טאַטע האָט געשיקט זײַן זון קיין ניו־יאָרק, אין די 1950ער יאָר, האָט ער געהאָפֿט, אַז ער וועט ממשיך זײַן די משפּחה־טראַדיציע און ווערן אַ שנײַדער. למעשׂה, האָט ער זיך אָבער שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע, און זיך אומגעקערט קיין טשילי מיט אַ געראָטענעם געדאַנק פֿון אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם. לכתּחילה האָט ער געוואָלט אויפֿטרעטן אונטער זײַן אמתן נעמען. ווי באַלד פֿאַר אַ סך שפּאַניש־רעדער האָט עס געקלונגען צו קאָמפּליצירט, האָט ער אויפֿגעלעבט דעם אַלטן פּערסאָנאַזש פֿונעם אָרטיקן „מכּבי־קלוב‟.
בײַם אָנהייב, פֿלעגט זײַן פּראָגראַם געוויזן ווערן יעדן זונטיק אויפֿן טשיליער קאַנאַל נומער 13. די פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען אינעם יאָר 1962. אָנהייבנדיק פֿון 1963, האָט מע עס אָפּגערוקט אויף שבת. אינעם יאָר 1986 האָט Univision פֿאַרשפּרייט „סאַבאַדאָ היגאַנטע‟ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ווי אויך אין דער גאַנצער וועלט.
מיט אַ וואָך צוריק, האָט מען אָנגערופֿן מיטן נאָמען „דאָן פֿראַנסיסקאָ‟ איינע פֿון די גאַסן אינעם מאַנהעטענער ראַיאָן וואָשינגטאָן־הײַטס, לכּבֿוד דעם אַוועקגייענדיקן טעלעוויזיע־שטערן. הונדערטער מענטשן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט, כּדי צו דערזען זייער באַליבטן פּערסאָנאַזש פּנים־אל־פּנים. דער נײַער גאַס־צייכן ווײַזט אויך, אַז דער לאַטײַן־אַמעריקאַנער ציבור ווערט מער אײַנגעוואָרצלט און אָנערקענט ווי אַן אינטעגראַלער טייל פֿונעם לאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.