בײַ די ניו־יאָרקער בערזע־ספּעקולאַנטן איז פֿאַראַן אַזאַ װערטל: „פֿאַרקױף אום ראָש־השנה, קױף אום יום־כּיפּור“. װען איך האָב איבערגעלײענט די װערטער אין „װאָל־סטריט־זשורנאַל“ צוריק מיט אַ פּאָר יאָר, האָב איך זיך געחידושט: אַזאַ אױסטערלישע סטראַטעגיע װאָלט מען גיכער באַגעגנט אין שלום־עליכמס באַנד „מנחם־מענדל“ אײדער אין אַן בכּבֿודיקער פֿינאַנציעלער צײַטונג. אָבער אַזױ װי איך בין נישט קײן באַהאַװנטער פֿינאַנציסט, האָב איך נישט געװוּסט, אַז „פֿאַרקױף ראָש, קױף יום“ (װי מע פֿאַרקירצט עס אױף ענגליש) איז דװקא אַ לאַנג־יאָריקע מאַנעװרע! איז װאָס זשע מײנט מען דערמיט? װי אַזױ איז מעגלעך, אַז די ייִדישע יום־טובֿים זאָלן אַזױ באַװירקן די אַמעריקאַנער בערזע, אַז אַפֿילו נישט־ייִדן זאָלן געדענקען, װען די טעג פֿאַלן אױס אין יאָר און רעאַגירן אױף זײ?
דער פּרינציפּ, װאָס ליגט הינטערן װערטל „פֿאַרקױף אום ראָש־השנה…“, איז נישט אױסגעזױגן פֿון פֿינגער. די היסטאָרישע פּרײַזן פֿון די פֿינף הונדערט גרעסטע אַמעריקאַנער פֿירמעס (S&P 500) װײַזן, אַז אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿיר און פֿערציק יאָר איז סעפּטעמבער טאַקע געװען דער ערגסטער חודש: אין סעפּטעמבער זענען די פּרײַזן געפֿאַלן כּמעט אויף אַ האַלבן פּראָצענט, בשעת אין אָקטאָבער זענען זײ געשטיגן אויף 0.79%. דער געדאַנק איז, אַז מע זאָל פֿאַרקױפֿן די אַקציעס צו ראָש־השנה, אײדער די פּרײַזן פֿאַלן, און אָפּקױפֿן נײַע צו יום־כּיפּור, בשעת די פּרײַזן זענען נאָך נידעריק. ס’איז אפֿשר נישט קײן צופֿאַל, אַז אױף ייִדיש איז דער סינאָנים פֿאַר קריגן מחילה אױף עבֿירות דורך תּשובֿה — „אױסקױפֿן די עבֿירות“.
לאָמיר דערװײַל אָננעמען, אַז די ימים־נוראָים זענען יאָ משפּיע אױף דעם אַמעריקאַנער מאַרק. (לױט דעם באַריכט אין „װאָל־סטריט־זשורנאַל“ איז אָבער די השפּעה לעצטנס געװען פּונקט פֿאַרקערט װי אינעם װערטל.) פֿאַר װאָס זאָל אַזױ זײַן? קודם־כּל, איז די צאָל אַקציעס, װאָס מע קױפֿט און פֿאַרקױפֿט אױפֿן ניו־יאָרקער מאַרק (ד”ה, דער אױסקער פֿון אַקציעס) אַן ערך צװאַנציק פּראָצענט נידעריקער בעת די צװײ יום־טובֿים. לױט אַן אַרבעט, װאָס איז געדרוקט געװאָרן אין 2004 אינעם „זשורנאַל פֿאַר פֿינאַנציעלער אַנאַליטיקערס“, זענען די „נישט־פֿינאַנציעלע אַלטערנאַטיװע קאָסטן פֿון ספּעקולירן [אום ראָש־השנה און יום־כּיפּור] פֿאַר אַ צאָל ספּעקולאַנטן זײער טײַער“ — פּשוט גערעדט, אַ סך ייִדישע ספּעקולאַנטן גײען אין שיל אין די צװײ טעג. דער פֿאַקט, װאָס די פּרײַזן פֿאַלן יום־כּיפּור, „שפּיגלט אָפּ די ערנסטקײט פֿון דעם יום־טובֿ“. אַנדערע אַנאַליטיקער האָבן פֿאָרגעלײגט, אַז ייִדישע אַקציאָנערן װילן פּטור װערן פֿון זײערע אַלטע אינװעסטירונגען צוליב דער שטימונג פֿון „כּל־נדרי“… מיר לײגט זיך עס נישט אױפֿן שׂכל.
איך װעל זיך נישט „שלאָגן על־חטא“, װאָס הײַיאָר, תּשע”ו, האָב איך באַשלאָסן נישט צו פֿאַרקױפֿן קײן אַקציעס. ערשטנס, איז דאָס ריזיקירן מיט געלט אין קורץ־טערמיניקע טראַנסאַקציעס מיר איבער דער טבֿע, נישט זײער אײַנגענעם. צװײטנס, אַז מע נעמט אין באַטראַכט די סומעס װאָס מע דאַרף אָפּצאָלן דעם מעקלער (אין מײַן פֿאַל, דעם באַנק) פֿאַר יעדער טראַנסאַקציע, װאָלט זיך זײער נישט געלױנט דאָס צו פֿאַרקױפֿן די װײניק אַקציעס, װאָס איך האָב. דריטנס, זינט פֿרײַטיק, דעם 11טן סעפּטעמבער, דעם לעצטן אַרבעטסטאָג פֿאַר ראָש־השנה, זענען די פּרײַזן פֿון די S&P 500 אײגנטלעך געשטיגן אויף עטלעכע צענדליק דאָלאַר. מיר װעלן זען, װי זײ שטײען דעם צענטן תּישרי, אָבער דערװײַל זעט אױס, אַז „קױף אום ראָש־השנה, פֿאַרקױף אום יום־כּיפּור“ װאָלט געװען נאָך פּאַסיקער.
מיר געפֿעלט אָבער דאָס װערטל, כאָטש איך מײן, אַז די פֿינאַנציעלע צײַטונגען טרײַבן איבער, װי עס איז פֿאַרשפּרײט בײַ מעקלערס. קען זײַן, אַז ייִדן האָבן עס פֿאָרמולירט אױף קאַטאָװעס, אַזױ צו זאָגן, אַז אונדזערע יום־טובֿים זענען אױך װיכטיק. ס’איז דאָך נישט קײן נײַעס, אַז אַנדערע יום־טובֿים, דהײַנו, מלוכישע און גױיִשע, זענען ממש משפּיע אױף דער ניו־יאָרקער בערזע. צוליב ניטל איז דעצעמבער דער רװחדיקסטער חודש פֿון יאָר, להיפּוך צו סעפּטעמבער; אַנדערע יום־טובֿים, למשל, װאַשינגטאָנס געבױרן־טאָג (דער דריטער מאָנטיק אין פֿעברואַר) און דער לעצטער פֿרײַטיק פֿאַר דעם קריסטלעכן פּסח, האָבן נאָך אַ קאָנקרעטערע װירקונג אױף „װאָל־סטריט“: זי בלײַבט פֿאַרמאַכט. אָבער די װיכטיקײט פֿון אונדזערע ייִדישע יום־טובֿים, נעבעך, מערקט זיך נאָר אין קלײנינקע װאַקלענישן פֿון די פּרײַזן, אױב אַפֿילו דאָס אויך. דאָס װערטל „פֿאַרקױף אום ראָש־השנה“ איז, אױב אַזױ, גיכער אַן אױסדריק פֿון ייִדישן הומאָר אײדער אַן אמתע, פֿאַרלאָזלעכע אינװעסטיר־סטראַטעגיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.