ענדלעך, האָט די אַרגענטינער פּרעזידענטין באַגריסט דעם ייִדישן ייִשובֿ צום נײַעם יאָר. אין איר נאָמען האָט גערעדט עדואַרדאָ דע פּעדראָ, סעקרעטאַר פֿון דער פּרעזידענץ, אויפֿן לחיים, װאָס די לאַטײַן־אַמעריקאַנער סעקציע פֿון ייִדישן װעלט־קאָנגרעס האָט דורכגעפֿירט פֿאַר יום־כּיפּור. אין זײַן װאָרט האָט ער געזאָגט, אַז לעצטנס זײַנען פֿאָרגעקומען „אומפֿאַרשטענדענישן צװישן דער רעגירונג און דעם ייִשובֿ‟; ער איז אָבער „איבערגעצײַגט, אַז דאָס װעט זיך נאָרמאַליזירן, װײַל אַלע פֿאַקטאָרן זײַנען אויפֿריכטיקע‟.
די אַרגענטינער רעגירונג, האָט, דורך דעם אויסערן־מיניסטער העקטאָר טימערמאַן, דערקלערט, אַז די אַרגענטינער פּרעזידענטין װיל אָנגיין מיט דער „רויטער אַכטונג‟, װאָס „אינטערפּאָל‟ האָט באַשטימט צו פֿאַרכאַפּן די אַכט באַשולדיקטע איראַנער אינעם אַטענטאַט אויף דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה.
דאָך, איז אָט־דער באַשלוס אָפּהענגיק פֿונעם ריכטער קאַניקאָבאַ קאָראַל, װאָס פֿירט אָן מיט דער אויספֿאָרשונג, װאָס שלעפּט זיך שוין 21 יאָר. טימערמאַן האָט זיך געטראָפֿן מיט יורגען שטאָק, גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון „אינטערפּאָל‟ און אים איבערגעגעבן, אַז ער האָפֿט, אַז די קומענדיקע רעגירונג װעט אָנהאַלטן אָט די שטעלונג, נאָך דעם 10טן דעצעמבער. ער האָט אויך איבערגעגעבן, אַז אַרגענטינע װעט פֿאַרשטאַרקן איר קאַמף קעגן נאַרקאָטיק־מיסחר און דעם טעראָריזם. אויף דער טרעפֿונג האָט מען נישט דערמאָנט דעם פּראָקוראָר ניסמאַנס טויט, װאָס האָט אָנגעקלאָגט דער אַרגענטינער פּרעזידענטין אין פֿאַרדעקן איראַנס באַטייליקונג אינעם אַטענטאַט.
דער אַדװאָקאַט פֿון ניסמאַנס געװעזענער פֿרוי, די ריכטערין אַראָזשאָ סאַלגאַדאָ, װעט אַרויסרופֿן די פּרעזידענטין קריסטינאַ פֿערנאַנדעז־קירכנער װי אַן עדות אין דער אויספֿאָרשונג, װאָס די ריכטערין פּאַלמאַגיני פֿירט אָן שוין איבער אַכט חדשים. די אַדוואָקאַטין װיל, אַז די פּרעזידענטין זאָל איבערגעבן די אינפֿאָרמאַציע, װאָס זי האָט פֿאַרמאָגט, װען גלײַך נאָך דעם װי מען האָט געפֿונען ניסמאַנען אַ טויטן, האָט זי זיך אַרויסגעזאָגט, אַז זי גלייבט, אַז מען האָט אים דערהרגעט. נאָך דעם האָט די פּרעזידענטין געענדערט איר מיינונג.
די יוסטיץ האָט צו נישט געמאַכט דעם אָנקלאָג, װאָס דער אַדװאָקאַט כואַן לאַבאַקע האָט צוגעשטעלט קעגן דעם פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟ — ד״ר כוליאָ שלאָסער, דעם אָנפֿירער פֿון די פֿאָנדן, װאָס מאָנען אַ חובֿ בײַ אַרגענטינע; בײַ פּאָל זינגער; 2 אַרגענטינער דעפּוטאַטן און דרײַ ייִדישע אינטעלעקטואַלן.
לאַבאַקע, װאָס פֿאַרטיידיקט די נאַציס אין אַרגענטינע, האָט זיי באַשולדיקט װי „פֿאַררעטערס קעגן פֿאָטערלאַנד‟, װען דער געװעזענער דירעקטאָר פֿון דער „דאַיאַ‟, כאָרכע עלבאַום, האָט פּובליקירט אַן אַרטיקל אין אַ בוענאָס־אײַרעסער צײַטונג, וווּ ער האָט געשריבן, אַז ניסמאַן האָט קאָמפּלאָטירט מיט די פֿאָנדן און פֿון זיי באַקומען געלטער צו דריקן אויף אַרגענטינע, זי זאָל אויסצאָלן איר חובֿ. די ריכטערס האָבן אין זייער פּסק־דין דערקלערט, אַז אַן אַרטיקל אין אַ צײַטונג איז נישט קיין דאָקומענט, און אַז זיי געפֿינען נישט קיין פֿאַרברעכן אינעם אַרטיקל. אין דער „דאַיאַ‟ האָט מען דערװאַרט אַזאַ רעזאָלוציע, װײַל װי כוליאָ שלאָסער האָט דערקלערט, האָט די באַשולדיקונג קיין שום אָנשפּאַר נישט.
אינעם מישפּט װאָס גייט אָן קעגן דעם געװעזענעם פּרעזידענט קאַרלאָס מענעם; אַ ריכטער; צװיי פּראָקוראָרן; דעם געװעזענעם פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟ — ראובֿן ברכה, און אַנדערע באַאַמטע, האָט אַן עדות געזאָגט, אַז דער געװעזענער פּאָליציי־שעף כואַן כאָסע ריבעלי איז געװען די לאָקאַלע פֿאַרבינדונג מיט די באַשולדיקטע איראַנער. ריבעלי קען נישט באַװײַזן פֿון װאַנען איז צו אים אַרײַנגעקומען אַ מיליאָן דאָלאַר. ער האָט דערקלערט, אַז דאָס איז אַ ירושה פֿון זײַן פֿאָטער, אַ פּשוטער אָנגעשטעלטער אין די אַרגענטינער באַנען. מיט צען יאָר צוריק האָט מען איגנאָרירט די דעטאַלן אינעם משפּט, וווּ מען האָט קיינעם נישט באַשולדיקט.
נאַטאַלי איז געשטאָרבן פֿון אַ קאַנסער, װען זי איז געװען 7 יאָר אַלט. איר מאַמע, עדיט גרינשפּאַנהאָלץ האָט זיך נישט געלאָזט פֿאַרפֿירן פֿונעם טרויער און מיט 20 יאָר צוריק האָט זי געשאַפֿן אַ פֿונדאַציע, װאָס העלפֿט אַרויס קראַנקע קינדער און זייערע משפּחות. זי דעקט די מעדיצינישע באַדינונגען און רפֿואות. די „פֿונדאַציע נאַטאַלי דפֿנה פֿלעקסער‟ איז געװאָרן אַ מוסטער נישט נאָר אין אַרגענטינע.
1,200 קינדער װערן אַרויסגעהאָלפֿן אין אַרגענטינע. די פֿונדאַציע איז אויסגעצייכנט געװאָרן פֿאַר איר בײַטראָג אינעם קאַמף קעגן קאַנסער און פֿאַרן „פֿאַרװאַנדלען װייטיק און טרויער אין פּראַקטישער אַרבעט‟.
בראַזיל האָט אָפּגעװאָרפֿן די נאָמינירונג פֿון דעם ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר דני דיין, מיטן אַרגומענט, אַז ער איז אַן אַקטיװיסט, װאָס װוינט אין די אָקופּירטע פּאַלעסטינער שטחים. דיין איז אַ געבוירענער אין אַרגענטינע, ער איז עולה געװען אין 1971 אין עלטער פֿון 15 יאָר און איז געװען במשך אַ סך צײַט דער פֿאָרזיצער אינעם מוניציפּאַלן ראָט אין שומרון.
דער פּויפּסט פֿראַנציס האָט פֿאַרבעטן זײַן אַרגענטינער חבֿר, דעם רבֿ אַבֿרהם סקאָרקאַ, ער זאָל אים באַגלייטן בעת זײַן באַזוך אין ניו־יאָרק. נאָך נעילה איז ער אָפּגעפֿאָרן קיין אַמעריקע, װוּ ער װעט זײַן אַ מיטגליד פֿונעם פּויפּסט דעלעגאַציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.