רעװאָלוציע צװישן חלום און װאָר

Revolution Between Dream and Reality


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published September 27, 2015, issue of October 16, 2015.

די װיזיעס פֿון אַ גליקלעכער אוטאָפּישער צוקונפֿט האָבן געשפּילט אַ גװאַלדיקע ראָלע אין דער פּאָליטישער געשיכטע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, אָבער קײן איינע פֿון זײ איז ניט מקוים געװאָרן. צי דאַרף מען פֿאַרגעסן אין זײ און לגמרי זיך אָפּזאָגן פֿון װאָסערע ניט איז משיחיסטישע חלומות? אַזאַ איז לכאורה דער באַשלוס פֿון הײַנטיקע פּאָליטיקער אין אײראָפּע און אַמעריקע — סײַ אױפֿן רעכטן און סײַ אױפֿן לינקן פֿליגל. אָבער אײניקע אינטעלעקטואַלן זײַנען ניט גרײט זיך צעשײדן מיט דער רײַכער ירושה פֿונעם ראַדיקאַלן אוטאָפּישן געדאַנק.

דער ייִדישער חלום פֿון אַ װעלט, װוּ עס הערשט יושר און אײביקער שלום, האָט אַ לאַנגע געשיכטע. ער הײבט זיך אָן מיט די נבֿיאים און מאַכט װײַטערדיקע גילגולים דורך פֿאַרשידענע קולטורן, תּקופֿות און לענדער. אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָט דער דאָזיקער חלום אָנגענומען ביז גאָר פֿאַרשידענע פֿאָרמען, סײַ אין ראַדיקאַלן רעװאָלוציאָנערן קאַמף, סײַ אין די אַקאַדעמישע פֿילאָסאָפֿישע חקירות. אַ נײַע זאַמלונג אַרטיקלען באַהאַנדלט אָט די פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון ייִדישן רעװאָלוציאָנערן און אוטאָפּישן געדאַנק.

אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָבן די צװײ צענטערס פֿונעם ייִדישן ראַדיקאַליזם זיך געפֿונען אין רוסלאַנד און דײַטשלאַנד, װוּ די ייִדישע דענקער האָבן געזוכט נײַע טעאָרעטישע דרכים, כּדי צונױפֿצוברענגען די קריטיק פֿון דער קאַפּיטאַליסטישער געזעלשאַפֿט מיט דער ייִדישער נבֿיאישער און משיחישער טראַדיציע. מיט װאָס זשע איז דער ייִדישער נוסח פֿון װעלטלעכער גאולה געװען אַנדערש פֿונעם ניט־ייִדישן? די דאָזיקע פֿראַגע װערט באַהאַנדלט אינעם אַרטיקל פֿונעם לאָנדאָנער פּראָפֿעסאָר װיקטאָר יעלענעװסקי־זײַדלער. ער טענהט, אַז דער ייִדישער באַגריף פֿון „תּיקון עולם‟ מײנט, אַז מען דאַרף פּועלן צו פֿאַרבעסערן די אַרומיקע װעלט בהדרגה, און דערבײַ אָפּהיטן אין אונדזער זכּרון דאָס, װאָס ס‘איז געשען אין די פֿריִערע צײַטן. אַן אַנדער באַגריף פֿון דער רעװאָלוציע האַלט זי פֿאַר דער אַלװעלטלעכער גאולה, װאָס װעט לגמרי אָפּשאַפֿן דעם עבֿר און אױפֿבױען אַ שפּאָגל־נײַע געזעלשאַפֿט. די דאָזיקע השׂגה איז אײַנגעװאָרצלט אין דעם קריסטלעכן גלױבן, אַז דער „ברית הדשה‟ האָט בטל געמאַכט דעם „אַלטן ברית‟ פֿון הר־סיני.

יעדע רעװאָלוציע הײבט זיך אָן פֿון אַ חלום, און אַ חלום הײבט זיך אָן פֿון אַ האָפֿענונג. די פּאַריזער פּראָפֿעסאָרן קאַטרין שאַליער האַלט, אַז די װאָרצלען פֿון אַלע רעװאָלוציעס דאַרף מען זוכן אינעם תּנ”כישן באַגריף פֿון „תּקװה‟, װאָס זי רופֿט, „אַ גאָלדענע קײט, װאָס היט אָפּ דאָס פֿאָלק פֿון מײנען, אַז די אײנציקע אמתדיקע רעאַליטעט איז געװאַלט און מלחמות, לײַדן און יאוש.‟ אַזױ אַרום ליגט דער יסוד פֿון רעװאָלוציע טיף באַגראָבן אינעם מענטשלעכן האַרץ, װאָס װיל זיך ניט אָפּזאָגן פֿון האָפֿענונג, און דאָך האָט דער רעאַלער עקספּערימענט מיט דער רעװאָלוציע אין רוסלאַנד גורם געװען אַ סך צרות און לײַדן פֿאַר ייִדן.

הגם אַ געװיסע צאָל ייִדן האָבן יאָ געשטיצט די סאָװעטישע מאַכט, זײַנען הונדערטער טױזנטער ייִדן געװאָרן קרבנות פֿון דער רעװאָלוציע און בירגער־קריג. די ביטערע סך־הכּלען פֿון אָט די שװערע יאָרן האָט מען דעמאָלט אונטערגעצויגן אין בערלין, װוּ עס האָבן געפֿלאַקערט שאַרפֿע וויכּוחים צװישן די ייִדיש־רוסישע פּליטים.

דער מאָסקװער פּראָפֿעסאָר אָלעג בודניצקי מאַכט אַ זאַכלעכן קיצור פֿון יענע דעבאַטן. אַ קלײנע גרופּע רוסיש־ייִדישע אינטעליגענטן איז אַרױס מיט אַן דעה, אַז ייִדן טראָגן אַ מין קאָלעקטיװן אחריות פֿאַרן באָלשעװיסטישן רעזשים און זײַנען דערפֿאַר מחויבֿ מיטצואַרבעטן מיט זײַנע קעגנער, ניט געקוקט אַפֿילו אױף די בלוטיקע פּאָגראָמען און רדיפֿות מצד די „װײַסע‟, בעת דעם בירגערקריג. קעגן אַזאַ מין פּאָזיציע זײַנען אַרױס שמעון דובנאָװ און אַנדערע חשובֿע פֿיגורן אין דער רוסיש־ייִדישער עמיגראַציע.

אָבער די פּראָבלעם פֿון ייִדן און רעװאָלוציע איז פֿאַרבליבן ניט דערלײזט. אַ גרױסע צאָל ייִדן האָט פֿאַרלױרן איר האָב און גוטס װי אַ רעזולטאַט פֿון דער קאָמוניסטישער עקספּראָפּריאַציע; די ייִדן האָבן אָבער געליטן ניט פֿאַר דעם, װאָס זײ זײַנען געװען ייִדן, נאָר װי מיטגלידער פֿון בורזשואַזיע. אָבער די פּאָגראָמען פֿון די „װײַסע‟ זײַנען געװען ספּעציעל געצילט אױף ייִדן, װאָס מען האָט געהאַלטן פֿאַר מיטהעלפֿער פֿון די באָלשעװיקעס. דערצו נאָך האָט די סאָװעטישע מאַכט געעפֿנט פֿאַר ייִדן די טירן אין די סאַמע העכסטע פּאָליטישע, אַדמיניסטראַטיװע, דיפּלאָמאַטישע און מיליטערישע פֿענצטער, װאָס זײַנען פֿאַר זײ געװען פֿאַרמאַכט אונטער דעם צאַרישן רעזשים.

בעת די רוסיש־ייִדישע עמיגראַנטן אין בערלין האָבן אַלע פּערזענלעך געהאַט צו טאָן מיט דער באָלשעװיסטישער מאַכט, זײַנען דאָס רובֿ ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע געקומען פֿאַר דער רעװאָלוציע. זײער באַציִונג צו סאָװעטן־פֿאַבאַנד איז צומאָל געװען אידעאַליסטיש, װי עס דערמאָנט אַלכּסנדה פּאָליאַן אין איר שטודיע פֿון דער לינקער פּאָעטישער גרופּע „פּראָלעטפּען‟. די דאָזיקע קאָמוניסטישע דיכטער האָבן ממשיך געװען די טראַדיציע פֿון די פּיאָנערן פֿון דער פּראָלעטאַרישער ייִדישער דיכטונג — דוד עדעלשטאַט, מאָריס װינטשעװסקי און מאָריס ראָזענפֿעלד. להיפּוך צו זײערע פֿאָרגײער, האָבן די דיכטער פֿון „פּראָלעטפּען‟ געהאַט אַ לעבעדיקן מוסטער, פֿאַרקערפּערט אין דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.

די דיכטונג פֿון „פּראָלעטפּען‟ איז געװען פּאָליטיש אַנגאַזשירט און האָט געפֿאָלגט נאָך דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ־ליניע. די פּאָעטן האָבן שאַרף קריטיקירט די חסרונות פֿון דער אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליסטישער געזעלשאַפֿט, קודם־כּל, די באַדינגונגען פֿון אַרבעטער און ראַסיזם לגבי אַפֿראָ–אַמעריקאַנער. זײ האָבן געגלייבט אין דער װעלט־רעװאָלוציע, װאָס װעט איבערמאַכן די גאַנצע װעלט, אַמעריקע בתוכם, לױטן סאָװעטישן שטײגער. אידעאָלאָגיש זײַנען זײ געװען קעגנער פֿון אַנדערע דיכטערישע שיטות, אָבער זײער פּאָעטיק איז פֿאַרבליבן באַװירקט דורך אַזעלכע צענטראַלע פֿיגורן אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער דיכטונג װי ה. לײװיק. װי װײַט עס וועט זיך אײַנגעבן מחיה־מתים זײַן די אַמאָליקע אוטאָפּישע חלומות? אײניקע מחברים שטעלן די דאָזיקע פֿראַגע, אָבער קײן ענטפֿער קאָנען זײ ניט געבן.