דאָס אַמעריקאַנער רעפּרעזענטאַנטן־הויז איז באַצירט מיט מאַרמאָרנע פּנימער פֿון 23 היסטאָרישע פּערזענלעכקייטן, וואָס האָבן געשאַפֿן אַ יורידישע סיסטעם. אינעם צענטער פֿון דער דאָזיקער פּאַנאָראַמע געפֿינט זיך משה רבינו.
אין מאַרץ, האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, דערמאָנט אונדזער גרעסטן נבֿיא בעת זײַן רעדע אינעם „קאַפּיטאָל־היל‟, און דאָנערשטיק, דעם 24סטן סעפּטעמבער, האָט דער פּויפּסט פֿראַנציס דער ערשטער, בעת זײַן אויפֿטריט, אויך געוויזן אויף דער סקולפּטור און באַטאָנט, אַז משה רבינו רעפּרעזענטירט די פֿאַרבינדונג צווישן יושר און געטלעכקייט. אין קאָנטראַסט, האָט נתניהו געשילדערט אונדזער תּורה־אַנטפּלעקער ווי אַ גרויסן מנהיג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק און אַ סימבאָל פֿון שוץ און זיכערהייט.
דער פּויפּסט האָט באַמערקט, אַז משה רבינו רעפּרעזענטירט צוויי ענינים: די נייטיקייט צו פֿאַראייניקן די פֿעלקער דורך געוויסע געזעצן און די טראַנסצענדענטאַלע מעלות פֿונעם מענטשלעכן וועזן. דער פֿירער פֿון דער קאַטוילישער קירך האָט צוגעגעבן, אַז די אויפֿגאַבע פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג באַשטייט אינעם קאָמבינירן די דאָזיקע צוויי ענינים, צו באַשיצן דעם צלם־אלוקים אין יעדן מענטש דורך יושרדיקע געזעצן.
ווען נתניהו איז אויפֿגעטראָטן מיט זײַן רעדע אין מאַרץ, האָט ער באַטאָנט, אַז משה רבינו האָט אויסגעלייזט זײַן פֿאָלק פֿון שקלאַפֿערײַ אין געבראַכט די ייִדן אין זייער אייגן לאַנד. איידער זיי זענען אַרײַנגעקומען אין ארץ־ישׂראל, האָט ער זיי געהייסן צו זײַן שטאַרק און נישט מורא האָבן. דער פּרעמיער האָט דעמאָלט צוגעגעבן, אויפֿן סמך פֿון משה רבינוס מוסטער, אַז „אַמעריקע און מדינת־ישׂראל מוזן שטיין צוזאַמען, שטאַרק און אַנטשלאָסן, נישט געקוקט אויף אַלע שוועריקייטן‟.
די דאָזיקע צוויי פֿירער האָבן אויסגענוצט משה רבינוס אימאַזש אויף גאַנץ פֿאַרשיידענע אופֿנים. אַזוי צי אַזוי, האָבן זיי אָבער פֿאַרענדיקט זייערע רעדעס מיט דער זעלבער פֿראַזע, בענטשנדיק אַמעריקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.