צופֿיל קינדער איז לאַוו־דווקא אַ ברכה

Promised Land Running Out of Room?

Getty Images

פֿון „רויטערס‟

Published September 27, 2015, issue of October 16, 2015.

דער באַפֿעלקערונג־וווּקס אין ישׂראל איז הײַנט דער העכסטער צווישן די אַנטוויקלטע לענדער. אין אַ געוויסער מאָס, האָבן די ישׂראלים מער קינדער ווי אַ שוץ־טאַקטיק, לעבנדיק צווישן אומפֿרײַנדלעכע לענדער. פֿון דער צווייטער זײַט, ווײַזט אָבער די סטאַטיסטיק, אַז אין דער צוקונפֿט קאָן די צו הויכע באַפֿעלקערונג שאַטן דעם מצבֿ פֿונעם לאַנד.

אַ דורכשניטלעכע ישׂראלדיקע מאַמע האָט דרײַ קינדער. אין די אַנדערע אינדוסטריאַליזירטע ערטער האָבן די פֿרויען, געוויינטלעך, בלויז איין קינד אָדער צוויי. צוליב דעם, ווי אויך צוליב דער מאַסן־אימיגראַציע פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט די ישׂראלדיקע באַפֿעלקערונג זיך פֿאַרטאָפּטל במשך פֿון די לעצטע 25 יאָר.

צווישן די ישׂראלדיקע אַראַבער און חרדים איז דער באַפֿעלקערונג־וווּקס נאָך גרעסער. פּונקט די צוויי גרופּעס האָבן אָבער אויך אַ הויכן פּראָצענט מענטשן אָן אַרבעט.

הײַנט וווינען אין ישׂראל 8.4 מיליאָן מענטשן. אויב די איצטיקע טענדענץ זיך האַלטן ווײַטער, וועט די ישׂראלדיקע באַפֿעלקערונג ביזן יאָר 2059 דערגרייכן 15.6 מיליאָן אָדער נאָך מער — 20.6 מיליאָן. אין אַזאַ קליין לאַנד איז אָבער נישטאָ קיין פּלאַץ פֿאַר אַזוי פֿיל תּושבֿים.

אַלון טל, אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון בן־גוריון און אַ באַקאַנטער עקאָלאָגישער טוער, טענהט, אַז אויב די ישׂראלדיקע באַפֿעלקערונג וועט ווײַטער וואַקסן אַזוי גיך, קאָן זי גורם זײַן אַ סאָציאַלע און סבֿיבֿה־ּקאַטאַסטראָפֿע. דאָס לעבן אין אַ צו געדיכטער באַפֿעלקערונג איז גאָר אומבאַקוועם און ברענגט צו שאַרפֿע קאָנפֿליקטן צווישן די תּושבֿים. הײַנט וווינען אין ישׂראל 352 מענטשן אויף אַ קוואַדראַט־קילאָמעטער. דער מידבר־ראַיאָן פֿון נגבֿ איז אָבער כּמעט ליידיק, דערפֿאַר זענען די באַוווינטע געגנטן אַ סך מער געפּאַקט און קאָן במשך פֿון דער צײַט זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ צווייטן באַנגלאַדעש.

די רעגירונג אָנערקענט נישט די פּראָבלעם און שטיצט דעם הויכן באַפֿעלקערונג־צוּוווּקס. דערצו, גלייבן אַ סך ישׂראלים אין דער מיצווה „פּרו ורבֿו‟, ווילן קאָמפּענסירן דעם ייִדישן חורבן מיט אַ גרויסער צאָל קינדער און פֿאַרמעסטן זיך אין דעם געביט מיט די אַראַבער. טל טענהט, אַז דער דאָזיקער פֿענאָמען האָט אַ „היסטערישן‟ בײַ־טעם. אויפֿן גאַנצן שטח פֿון ישׂראל און די אָקופּירטע טעריטאָריעס וווינען 6.3 מיליאָן ייִדן און בערך די זעלבע צאָל פּאַלעסטינער. אַ דורכשניטלעכע פּאַלעסטינער פֿרוי האָט פֿיר קינדער, און די ייִדן שטרעבן זיך נאָכצויאָגן. די ישׂראלדיקע רעגירונג שאַפֿט אַ גוטע סבֿיבֿה פֿאַר די מאַמעס מיט אַ סך קינדער, צוליב ספּעציעלע רעגירונג־פּראָגראַמען, אומזיסטע שולן און מעדיצינישער הילף פֿאַר פֿרוכטלאָזע פֿרויען. דערצו, שטרעבט זיך אַרײַנצוברענגען וואָס מער ייִדן פֿון אַנדערע לענדער.

אין די אַנדערע לענדער איז דער באַפֿעלקערונג־וווּקס אַ גוטער סימן פֿאַר דער עקאָנאָמיע. אין ישׂראל וואַקסן אָבער צום גרעסטן פּונקט יענע גרופּעס, וואָס זענען צום ווייניקסטן פֿאַרנומען מיט דער אַרבעט. בײַ די חרדים איז פֿאַרשפּרייט דער מינהג, לויט וועלכן די מענער לערנען תּורה אַ גאַנצן טאָג, ווען זייערע פֿרויען פֿאַרדינען אַ ביסל געלט. בײַ די אַראַבער איז די מעשׂה פּונקט פֿאַרקערט: די מענער אַרבעטן און די פֿרויען זיצן אין שטוב. אין ביידע פֿאַלן, זענען אַזעלכע משפּחות אַ שוואַכער פֿאַקטאָר פֿאַר דער עקאָנאָמיע פֿונעם לאַנד.

אַחוץ די עקאָנאָמישע פּראָבלעמען, קאָן די באַפֿעלקערונג־וווּקס אויך גורם זײַן צרות מיט אַזעלכע נאַטור־רעסורסן, ווי דאָס טרינק־וואַסער, וואָס ווערט אַרויסבאַקומען אין ישׂראל אויף טײַערע אַנטזאַלצונג־אונטערנעמונגען; קאָסטן מיליאַרדן דאָלאַר; פֿאַרנעמען גרויסע שטחים לאַנד און נוצן אויס אַ סך ענערגיע. אַזוי צי אַזוי, קאָן די וואַקסנדיקע באַפֿעלקערונג, וואָס ווערט הײַנט באַטראַכט ווי אַ ברכה, אין דער צוקונפֿט ווערן זייער אַן ערנסטע פּראָבלעם.