נישט אַזוי לאַנג צוריק, האָבן מײַנע באָבע־זיידע געוווינט אין אַ געפּאַקטער דירה, אינעם צפֿון־מערבֿדיקן ראַיאָן פֿון מאַנהעטן. די דירה איז געווען פֿול מיט ביכער און אַלטע ייִדישע צײַטונגען, וואָס האָבן זיך געוואַלגערט אויף די פֿאָטעלן: דער „פֿאָרווערטס‟, דער „מאָרגן־זשורנאַל‟ און דער „אַלגעמיינער‟. די באָבע־זיידע, מיט זייערע ביכער־שאַפֿעס, טיי־גלעזער און סאָפֿעס, האָבן געשאַפֿן די הייליקע און ערלעכע אַטמאָספֿער פֿונעם אַלטן מיזרח־אייראָפּעיִשן גלות.
איך געדענק, אַז ווען איך בין געווען אַ קינד, זענען מײַנע באָבע־זיידע שוין געווען אַלט. כ׳האָב געגלייבט, אַז זיי וועלן אייביק לעבן. מיט מײַנע עלטערן פֿלעגן מיר זיי באַזוכן יעדן זונטיק, און איך האָב געטראַכט, אַז דער דאָזיקער וועכנטלעכער ריטואַל וועט אַלעמאָל בלײַבן אַ טייל פֿון מײַן לעבן. יעדע וואָך האָט מײַן טאַטע געמוזט זיך דרייען איבער מאַנהעטן, כּדי צו געפֿינען אַ פּאַרקיר־פּלאַץ פֿאַר זײַן אויטאָ.
צום באַדויערן, קומט דאָס מענטשלעכע לעבן צו אַ סוף. הײַנט באַזוך איך מײַנע באָבע־זיידע אויפֿן בית־עולם, ווען עס קומט די צײַט פֿון ימים־נוראָים. איך וויל זיי געדענקען, ווײַל איך האָב זיי ליב געהאַט, אָבער ווײַל איך האָב אויך ליב זיך אַליין, וויל איך זיי פֿאַרגעסן.
מײַן באָבע ע״ה, זײַענדיק אַן אייניקל פֿונעם נאָוואָמינסקער רבין, דעם מחבר פֿונעם ספֿר „תּפֿארת־איש‟, האָט אויף זיך געטראָגן דעם דורותדיקן שטויב פֿונעם אַמאָליקן חסידישן פּוילן. „אוי, וויי׳ז מיר‟ — איז געווען איר שטענדיקער רעפֿרען. זי האָט געהאָפֿט, אַז אירע אייניקלעך וועלן בלײַבן געטרײַ דער אַלטער ייִדישקייט. אין דער זעלבער צײַט, האָט זי געהאָפֿט, אַז מיר וועלן אויסוואַקסן עכטע אַמעריקאַנער.
מײַן זיידע, אויך אַ זון פֿון אַ חסידישן רבין פֿון פּוילן, האָט אין אַלע צרות געזען אַ סימן פֿון ביאת־המשיח. אַלע טראַגעדיעס און אַפֿילו די „קאַלטע מלחמה‟ זענען פֿאַר אים געווען אַ קלאָרער צייכן, אַז משיח וועט שוין אָט־אָט קומען. נישט ווילנדיק אויסצוזען צו אַלטמאָדיש, האָט ער געטראָגן אַ קורץ בערדל, כּדי שלום צו מאַכן מיט דער מאָדערנער אַמעריקאַנער קולטור. פֿאַר אַ רבין האָט ער נאָך דער מלחמה אויסגעקליבן דווקא אַ באַרימטן מאָדערנעם ליטווישן רבֿ — יוסף־בער סאָלאָווייטשיק. פֿאַר מײַן זיידן, איז דער דאָזיקער מנהיג פֿון דער הײַנטצײַטיקער אָרטאָדאָקסיע געווען אַ סימבאָל פֿון אַ פּרעכטיקן שידוך צווישן דער אַלטער און נײַער וועלט — אַ פֿליסיקער ייִדיש־רעדער, וועלכער האָט געקענט לאַטײַן און אָנגעפֿירט מיטן ישיבֿה־אוניווערסיטעט. „אַ מײַסטער‟, פֿלעגט דער זיידע זאָגן.
ווען איך זאָג דעם יזכּור און באַזוך דעם בית־עולם, פֿאַרטראַכט איך זיך אָבער וועגן דעם פּאַראַדאָקס, צי איך וויל געדענקען מײַנע באָבע־זיידע, צי זיי דווקא פֿאַרגעסן? איך וויל זיך נישט פֿילן צוגעבונדן מיט אַ קייט צו דער שווערער משׂא פֿונעם ביטערן ייִדישן גלות. איך וויל נישט פֿילן דעם חובֿ, וואָס איך בין שולדיק דער שארית־הפּליטה. איך וויל זײַן אַ מאָדערנער אומאָפּהענגיקער מענטש.
אַזוי צי אַזוי, טרעף איך זיך ווידער מיט מײַנע באָבע־זיידע און לאָז איבער שטיינדלעך בײַ זייער לעצטער היים. הגם זייער אַלטע וועלט איז פֿאַרברענט געוואָרן, ברענען אין מײַן נשמה טויזנטער פֿינקעלעך פֿון מײַן פֿאַרבינדונג צו דער אַמאָליקער פּויליש־ייִדישער ציוויליזאַציע. סוף־כּל־סוף, מיינט דאָס וואָרט „יזכּור‟ צו געדענקען, נישט צו פֿאַרגעסן.
* שמעון־ישׂראל פֿויערמאַן איז אַ פּסיכאָטעראַפּעווט און דער דירעקטאָר פֿונעם „נײַעם צענטער פֿון אַנטוויקלטע פּסיכאָטעראַפּעווטישע שטודיעס‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.