די וואָך האָט „אין געוועב‟, די ענגליש־שפּראַכיקע וועבזײַט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור, שפּראַך און קולטור, אַרויפֿגעשטעלט אַן אַרטיקל פֿון ד״ר שלום בערגער וועגן דעם מאָדערניסטישן פּאָעט, אַהרן גלאַנץ־לייעלעס (1889–1966). די אויסצוגן פֿון די לידער ציטירט אינעם אַרטיקל, האָט בערגער אַליין איבערגעזעצט.
לייעלעס, וואָס האָט אויסגעלעבט ס׳רובֿ פֿון זײַנע יאָרן אין אַמעריקע, האָט נישט געשאַפֿן קיין חורבן־לידער ווי יעקבֿ גלאַטשטיין, אָדער קיין פּאָליטיש־געשטימטע לידער ווי אַנדערע ייִדישע פּאָעטן פֿון יענער תּקופֿה, נאָר באַשריבן זײַנע הירהורים וועגן מער פֿילאָסאָפֿישע ענינים — אַן אָנגייענדיק געראַנגל צווישן זיך אַליין און דעם אוניווערס.
עס באַגלייט בערגערס אַרטיקל אַ פּרעכטיקע רעקאָרדירונג, וווּ לייעלעס לייענט אַליין פֿאָר זײַנע ווערק. די רעקאָרדירונג, פּראָדוצירט פֿון דער מאָנטרעאָלער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק אין 1955, איז לעצטנס אויפֿגעפֿרישט געוואָרן פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. בערגער טשעפּעט אויך צו קורצע פֿראַגמענטן פֿון דער רעקאָרדירונג, וואָס האָבן אַ שײַכות צום אַנאַליז.
הגם לייעלעס האָט באַטראַכט דאָס שאַפֿן פּאָעזיע ווי אַ שליחות פֿון ליבע, איז עס בײַ אים אויך געווען זייער אַן אומעטיקע אויפֿגאַבע, שרײַבט בערגער. אינעם ליד, „גאָט פֿון ישׂראל‟, באַשרײַבט לייעלעס „גאָטס מוזיי‟, וווּ עס ליגן נישט קיין קרוינען, נאָר „מאַנוסקריפּט נאָך מאַנוסקריפּט… אותיות אין אותיות פֿאַרליבט‟. דער גאָט פֿון ישׂראל פֿאָדערט נישט קיין מנין, כּדי דער יחיד זאָל זיך גײַסטיק פֿאַרבינדן מיט אים, נאָר פֿאַרקערט — דער יחיד (און בפֿרט דער פּאָעט) מוז זיך, צו ערשט, אָפּזינדערן פֿון דער געזעלשאַפֿט, ווי דער אייבערשטער וואָלט אים אַליין באַפֿוילן: „זוך אַליין! פֿאָרש אַליין! לײַד אַליין! פֿאַר דײַן און פֿאַר מײַן אייגענעם האָנאָר.‟
בערגער דערמאָנט אויך לייעלעס׳ וויכטיק בוך „אַמעריקע און איך‟, וווּ ער דריקט אויס אַ דאַנק זײַן נײַער היים. אינעם ליד „ניו־יאָרקער נעכט‟, למשל, שרײַבט ער:
נעכט פֿאַרשײַטע, טומלדיקע, ווײַסע, אויף בראָדוויי,
נעכט — אַרײַן־אַרויס פֿון אַ קאַפֿיי צו אַ קאַפֿיי,
נעכט, וואָס שרומפּן אײַן דיך צו אַ חיריק
אונטער סלופּעס ליכט, וואָס זויגן אויס די „ליריק‟
פֿון אַ מענטשנס האַרץ אין גרילציק־רײַסיקן געשריי.
די רעקאָרדירונגען, סײַ די לאַנגע, סײַ די פֿראַגמענטן, גיבן אַ סך צו צום אַרטיקל, ווײַל זיי שאַפֿן אַ געפֿיל, אַז לייעלעס, מיט זײַן באַסאָווער שטימע, זיצט טאַקע צווישן אונדז, בעת מיר אַנאַליזירן זײַנע לידער. בערגער האָט באַמערקט צום „פֿאָרווערטס‟, אַז מע וואָלט בכלל געדאַרפֿט אַרויפֿשטעלן אויף דער אינטערנעץ גאַנצע ׳אַלבאָמען׳ פֿון ייִדישע שרײַבער, וווּ מע קען געפֿינען אַלע זייערע ווערק — סײַ אויף ייִדיש, סײַ אין דער איבערזעצונג, ווי אויך רעקאָרדירונגען פֿון זייערע ווערק, פֿאָטאָגראַפֿיעס און אַנדערע חפֿצים, וואָס האָבן אַ שײַכות מיטן שרײַבער. „דערצו וואָלט מען זיך אויך געקאָנט באַניצן מיט די סקאַנירטע טעקסטן פֿונעם ׳ייִדישן ביכער־צענטער׳,‟ האָט בערגער צוגעגעבן.
צו לייענען דעם אַרטיקל וועגן לייעלעס, קוועטשט דאָ: //ingeveb.org/blog/the-virtuoso-of-loneliness-a-brief-invitation-to-leyeles
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.