די ווײַסרוסישע נאָבעל־לאַורעאַטין און אירע ייִדישע העלדן

Belarussian Nobel Laureate And Her Jewish Characters

סוועטלאַנאַ אַלעקסיִעוויטש
Getty Images
סוועטלאַנאַ אַלעקסיִעוויטש

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 11, 2015, issue of October 30, 2015.

דעם 8טן אָקטאָבער האָט מען אין שטאָקהאָלם אָנגערופֿן די הײַיאָריקע געווינערין פֿון דער נאָבעל־פּרעמיע אין ליטעראַטור: די ווײַסרוסישע שרײַבערין און זשורנאַליסטקע סוועטלאַנאַ אַלעקסיִעוויטש, באַקאַנט פֿאַר אירע ראָמאַנען אויף רוסיש וועגן די פֿרויען, וועלכע האָבן געדינט אויפֿן פֿראָנט אין דער סאָוועטישער אַרמיי בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה און וועגן דער טשערנאָבילער נוקלעאַרער קאַטאַסטראָפֿע. דעם 10טן סעפּטעמבער וועט זי באַקומען די חשובֿע באַלוינונג פֿונעם שוועדישן קיניג פֿאַר אירע „פּאָליפֿאָנישע ווערק, אַ מאָנומענט צו די ליידן און מוט פֿון אונדזער צײַט‟.

די 67־יאָריקע אַלעקסיִעוויטש איז די 14טע פֿרוי, וואָס האָט געוווּנען די נאָבעל־פּרעמיע אין ליטעראַטור. זי איז אויך צווישן אייניקע זעלטענע לאַורעאַטן, וועלכע האָבן פֿאַרדינט דעם דאָזיקן פּריז פֿאַר דאָקומענטאַלע, און נישט בעלעטריסישע, ווערק. אין אירע ביכער דערציילן רעאַלע מענטשן וועגן די וויכטיקסטע היסטאָרישע געשעענישן אין זייער לעבן. אַ טייל קריטיקער טענהן אָבער, אַז אירע שאַפֿונגען האָבן אַ טענדענציעזן טעם און זענען באַגרינדעט אויף אויסטראַכטענישן; אַזוי צי אַזוי, קלינגט איר סטיל באַזונדערס לעבעדיק און רעאַליסטיש.

ווען די שרײַבערין האָט באַקומען דעם גרויסן פּריז, האָט זי דערמאָנט „די גרויסע רוסישע שרײַבער, אַזעלכע ווי באָריס פּאַסטערנאַק‟. ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט אָבער דער דאָזיקער מחבר און איינער פֿון די גרעסטע וועלט־פּאָעט זיך דווקא אָפּגעזאָגט פֿון דער נאָבעל־פּרעמיע אינעם יאָר 1958, צוליב די פּאָליטישע רדיפֿות מצד דער סאָוועטישער רעגירונג, וועלכע האָבן אים געבראַכט צום פֿריִיִקן טויט אינעם יאָר 1960.

ווען אַלעקסיִעוויטש האָט אָנגעשריבן איר ערשטן ראָמאַן „די מלחמה האָט נישט קיין ווײַבעריש פּנים‟, האָט די סאָוועטישע צענזור עס אויך קריטיקירט און נישט געוואָלט עס אַרויסגעבן במשך פֿון צוויי יאָר. אין דער יאָרן פֿון דער „פּערעסטרויקע‟ זענען אירע ווערק אָבער געוואָרן זייער פּאָפּולער. אין פֿאַרגלײַך מיט פּאַסטערנאַק — אַן אַסימילירטער מאָסקווער ייִד, וועלכער האָט זיך געהאַלטן ווײַט פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער קולטור און איז אַפֿילו באַשולדיקט געוואָרן אין אַנטיסעמיטישע טענדענצן, וועלכע אַ טייל זײַנע קריטיקער האָבן אײַנגעזען אינעם ראָמאַן „דאָקטער זשיוואַגאָ‟, שטאַמט די הײַנטיקע נאָבעל־לאַורעאַטין נישט פֿון אַ ייִדישער משפּחה, אָבער שרײַבט גאַנץ אָפֿט וועגן ייִדן. אָפֿט שילדערט זי טראַדיציאָנעלע שטעטלדיקע ייִדיש־רעדער; דעם 8טן אָקטאָבער האָט די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ באַצייכנט ווי „דאָס ווײַסרוסישע קול פֿון דער ניצול־געוואָרענער‟; אַ גאַנצע ריי אירע ווערק איז געווידמעט די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה.

מיט אַ שוידערלעכן רעאַליזם דערציילט זי, ווי אַזוי די דײַטשישע סאָלדאַטן האָט מיט געלעכטער אַרײַנגעוואָרפֿן די וויטעבסקער ייִדן אינעם טײַך דווינע און דערהרגעט מיט די קלעפּ פֿון רודערס. אין דער דערציילונג „דער ווידוי פֿון אַ ייִד אַ פּאַרטיזאַנער‟ שילדערט זי די האַמבורגער ייִדן, וועלכע זענען אַלע אומגעקומען אינעם מיסקער געטאָ, וווּהין די נאַציס האָבן זיי געבראַכט פֿון דײַטשלאַנד. די אויסלענדער האָבן אַראָפּגעקוקט מיט גאווה אויף די אָרטיקע ייִדן, וועלכע האָבן נישט געקענט דײַטש און נישט געפֿאָלגט די דײַטשישע דיסציפּלין. דווקא צוליב דעם זענען צענדליקער האַמבורגער ייִדן אומגעבראַכט געוואָרן די ערשטע.

אַלעקסיִעוויטשס דערציילונגען וועגן דער ייִדישן חורבן זענען דורכגעזאַפּט מיטן שוידערלעכן רעאַליזם, פֿול מיט סצענעס פֿון אַכזריותדיקע פּײַניקונגען, פֿאַרגוואַלדיקונגען און איזדיעקענישן. ווײַט נישט אַלע אירע ווערק זענען אָבער אַזוי פֿינצטער. אַ גרויסע ראָלע שפּילט אין אירע ביכער שלום, ליבע און גוטהאַרציקייט. דער ווײַסרוסישער פּרעזידענט, אַלעקסאַנדר לוקאַשענקאָ, וועלכן די שרײַבערין האָט אָפֿט און אַקטיוו קריטיקירט, האָט באַגריסט די געווינערין פֿונעם גרויסן פּריז מיט אײַנגעהאַלטענע ווערטער.