אַ טשיקאַווער פּאַראַדאָקס אין ייִדיש־פֿאָרשונגען באַשטייט אין דעם, וואָס די ערשטע סיסטעמאַטישע באַשרײַבונגען פֿון אונדזער שפּראַך שטאַמען פֿון די אַמאָליקע קריסטלעכע מיסיאָנערן. יאָהאַן בוקסטאָרף, אַ דײַטשישער פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִש, האָט אינעם 17טן יאָרהונדערט באַמערקט די עיקרדיקע חילוקים צווישן דעם מערבֿדיקן ייִדיש און מיזרחדיקן דיאַלעקט פֿון די פּוילישע ייִדן. נישט זײַענדיק קיין גרויסער אוהבֿ־ישׂראל און האָפֿנדיק „מקרבֿ‟ צו זײַן — דהײַנו, אָפּצושמדן — די ייִדן, האָט ער זיך פֿאָרט באַצויגן צו דער ייִדישער טראַדיציע מיט אַן ערנסטן פֿאָרשערישן אינטערעס און האָט פּרטימדיק באַשריבן די מינהגים פֿון דײַטשישע ייִדן אין זײַנע לאַטײַנישע ווערק. דער אינטערעס צו ייִדיש און ייִדישקייט האָט אים נישט געשטערט צו זײַן גאָר אַ פֿאַרביסענער מיסיאָנער.
אינעם 16טן־17טן יאָרהונדערט, האָבן די מיסיאָנערן אַרויסגעגעבן כּמו־ייִדישע ווערסיעס פֿון קריסטלעכע ביכער, אָבער זיי זענען געווען אָנגעשריבן פֿאַקטיש אויף דײַטש, אויפֿן סמך פֿון מאַרטין לוטערס דײַטשישער ביבל־איבערזעצונג, טראַנסקריבירט מיט ייִדישע אותיות. אינעם יאָר 1821, האָט בנימין־נחמיה סאָלאָמאָן, אַ געשמדטער פּוילישער ייִד און אַן אַנדער פֿאַרביסענער מיסיאָנער, אַרויסגעגעבן אויף אַ היפּש דײַטשמערישן ייִדיש די ערשטע אָריגינעלע איבערזעצונג פֿון דער קריסטלעכער ביבל מיטן אומגעלומפּערטן טיטל, אָפּהיטנדיק דעם אויסלייג פֿונעם מחבר, „דאש נייא טעסטאמענט פון דעם משיח‟. שפּעטער, אינעם יאָר 1941, איז אין באַלטימאָר אַרויס די ביבל פֿון אַן אַנדער פּוילישן משומד און מיסיאָנער, הענרי אײַנשפּרוך — דאָס מאָל, טאַקע אויף אַ גוטן היימישן ייִדיש. צוליב דעם פֿרעמדן קריסטלעכן תּוכן, קלינגט אָבער זײַן ווערק אויך גאַנץ אויסטערליש.
לכל־הפּחות, האָבן אַפֿילו די אַמאָליקע משומדים פֿאַרשטאַנען, אַז ייִדיש איז אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿון ייִדן. נישט לאַנג צוריק, אין יוני, האָט זיך אויף דער רוסישער מיסיאָנערישער וועבזײַט „ישוע.אָרג‟ באַוויזן אַן אַרטיקל מיטן קעפּל „ווען וועלן ייִדן פֿאַרגעסן ייִדיש?‟, אָנגעשריבן פֿון יהודה שורפּין און צוגעגרייט דורך שיינדל קראָל.
דער אַרטיקל הייבט זיך אָן מיט דער טענה: פֿאַרוואָס טרעפֿן זיך אין דער וועלט נאָך אַלץ אַ סך ייִדן, וואָס רעדן אויף דער ייִדישער שפּראַך, הגם דאָס איז בעצם אַ דײַטשישער דיאַלעקט, אַנשטאָט ענגליש אָדער העברעיִש? דער מחבר דערקלערט אין קורצן די געשיכטע פֿון ייִדיש, באַגראָבט אינעם פּראָצעס אַ צאָל אַנדערע „טויטע‟ טראַדיציאָנעלע לשונות פֿון ייִדישע עדות, הגם למעשׂה בלײַבן זיי נאָך אַלץ לעבעדיק, פֿאַררופֿט זיך אויפֿן לעצטן ליובאַוויטשער רבין, מנחם־מענדל שניאורסאָן, און באַטאָנט, אַז ייִדן האָבן גערעדט אויף ייִדיש, ווײַל אויף לשון־קודש טאָר מען נישט רעדן אויף טאָג־טעגלעכע וועלטלעכע טעמעס. דערפֿאַר מאַכט דער מחבר דעם אויספֿיר, אַז געוויסע ייִדן וועלן ווײַטער רעדן אויף ייִדיש, און דאָס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אָבער ווי באַלד דער מאָדערנער העברעיִש איז נישט דאָס אמתע לשון־קודש, נאָר אַ קינסטלעכע שאַפֿונג פֿון אליעזר בן־יהודה, רעדן די הײַנטיקע „נאָרמאַלע‟ ייִדן אויף העברעיִש.
ווען אַזאַ אַרטיקל באַווײַזט זיך אויף אַ מיסיאָנערישער וועבזײַט צווישן קרייצן און בילדער פֿון קלויסטערס, איז עס, אַוודאי, נישט קיין חידוש. אויפֿן ערשטן בליק, קאָן מען זיך משער זײַן, אַז די מחברים זענען אַזוי־גערופֿענע „משיחישע‟ — דהײַנו, געשמדטע און מיסיאָנערישע — ייִדן. בײַם סוף פֿונעם אַרטיקל ווערט אָבער געמאָלדן, אַז די מיסיאָנערן האָבן געבאָרגט דעם דאָזיקן טעקסט, און אָנגענומען ווי אַ פּאַסיקן פֿאַר זיי, פֿון דער באַקאַנטער פֿרום־געשטימטער און פּראָ־ליובאַוויטשער וועבזײַט Jewish.ru. דער מחבר איז למעשׂה אַ רוסישער ליובאַוויטשער רבֿ, און די רעדאַקטאָרין איז אויך אַ רוסישע חב״דניצע. מסתּמא, האָבן זיי נישט געמיינט צו באַליידיקן די ייִדיש־רעדער. ייִדיש קלינגט אָבער פֿאַר זיי ווי אַ טשיקאַוועס פֿונעם ווײַטן אַמאָל, וואָס האַלט בײַם פֿאַרגעסן ווערן, הגם דער ליובאַוויטשער רבי האָט איבערגעלאָזט צענדליקער בענדער אויף דער דאָזיקער שפּראַך און גערופֿן זײַנע חסידים צו רעדן אויף ייִדיש.
עס באַקומט זיך, אַז געוויסע מיסיאָנערן זענען ממשיך די אַלטע טראַדיציע און אינטערעסערירן זיך נאָך אַלץ מיט ייִדיש צוליב זייערע צווייפֿלהאַפֿטיקע צוועקן, באָרגנדיק דערצו מאַטעריאַלן אויף דער דאָזיקער טעמע בײַ די הײַנטיקע מאָדערניזירטע ליובאַוויטשער חסידים. צי איז דאָס גוט, שלעכט אָדער סתּם טשיקאַווע, זאָלן אונדזערע לייענער באַשליסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.