זונטיק, דעם 1טן נאָוועמבער, 11 אַזייגער אינדערפֿרי, וועט אינעם ייִדישן צענטער „בית־א״ל‟, פֿלעטבוש, זיך אָנהייבן דער צוזאַמענטרעף פֿון דער „פֿאַראייניקטער בילגאָרײַער געזעלשאַפֿט‟, די לאַנדסמאַנשאַפֿט פֿון דער פּוילישער שטאָט בילגאָרײַ, לזכר דעם 73־יאָריקן יאָרטאָג פֿון דער בילגאָרײַער נאַצי־שחיטה. בײַם אָנהייב פֿון דער אונטערנעמונג, וועלן די באַטייליקטע מזכּיר זײַן די אומגעקומענע קרבנות פֿונעם חורבן און די באַערדיקטע אויפֿן בילגאָרײַער בית־עולם. הרבֿ ליפּע וואַגשאַל וועט אָנפֿירן מיט דער טראַדיציאָנעלער הזכּרה־צערעמאָניע. נאָכן דאַוונען וועט מען מכבד זײַן דעם עולם מיט היימישע כּשרע מאכלים.
דערנאָך, וועלן די באַטייליקטע באַהאַנדלען די טעטיקייט פֿון דער בילגאָרײַער לאַנדסמאַנשאַפֿט במשך פֿונעם יאָר 2015. ס׳וועט באַטראַכט ווערן דער פֿינאַנציעלער מצבֿ פֿון דער געזעלשאַפֿט און דער רעסטאַווראַציע־פּלאַן פֿונעם ייִדישן בית־עולם אין בילגאָרײַ, ווי אויך דער אַלגעמיינער מצבֿ פֿון דער דאָזיקער פּוילישער שטאָט. דינסטיק אויפֿדערנאַכט, דעם 3טן נאָוועמבער, וועלן די פֿאַרזאַמלטע אָנצינדן די יאָרצײַט־ליכט אין אָנדענק פֿונעם חורבן־בילגאָרײַ.
די נאַציס האָבן אָנגעהויבן אויסהרגענען די ייִדן אין דער שטאָט בילגאָרײַ דעם 2טן נאָוועמבער, 1942. כּמעט אַלע לעבן־געבליבענע זענען פֿאַרשיקט געוואָרן אינעם טויט־לאַגער בעלזשעץ. דעם 4טן נאָוועמבער, וועט די בילגאָרײַער לאַנדסמאַנשאַפֿט אָפּמערקן דעם מאַסן־יאָרצײַט לזכר די אומגעקומענע.
פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָבן אין בילגאָרײַ, אַ שטעטל אינעם דרום־מיזרחדיקן טייל פֿון פּוילן, געוווינט בערך 5,000 ייִדן. דעם 15טן יאַנואַר, 1943, האָבן די נאַציס דערשאָסן די לעצטע גרופּע פֿון 27 לעבן־געבליבענע, וועלכע האָט זיך ביז דעמאָלט אײַנגעגעבן זיך אויסצובאַהאַלטן אין דער שטאָט.
די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער הזכּרה־אונטערנעמונג פֿאַרבעטן די געסט און אַלע ייִדן, וואָס שטאַמען פֿון בילגאָרײַ, ווי אויך פֿון די אַרומיקע שטעטלעך, אַרײַנגערעכנט פֿראָמפּאָל און טאַרנאַגראָד, צו קומען צוזאַמען מיט זייערע קינדער און אייניקלעך, כּדי זיך צו באַקענען מיט דער ייִדישער ירושה פֿון דער דאָזיקער היסטאָרישער שטאָט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.