פֿאַראַיאָרן האָט די ייִדישע קהילה אין ליטע אָרגאַניזירט אַ קאָמיטעט צו שאַפֿן אַ פֿײַערונג לכּבֿוד דעם 90סטן יוביליי פֿונעם „ייִוואָ‟. לעצטנס, האָט מען געפֿײַערט דעם היסטאָרישן יובֿל מיט אַן אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אינעם ליטווישן פּאַרלאַמענט, ווי אויך אַ סעריע קאָנצערטן און אונטערנעמונגען, געווידמעט דער געשיכטע פֿונעם ווילנער ייִדנטום בכלל און דעם „ייִוואָ‟־בפֿרט.
אויף דער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ האָט מען פֿאָרגעלייענט רעפֿעראַטן אויף דרײַ שפּראַכן: ענגליש, ליטוויש און ייִדיש. לויט אַ באַריכט פֿון ד״ר דוד קאַץ, וואָס איז דערשינען געוואָרן אויף זײַן וועבזײַט (//defendinghistory.com/90th-anniversary-yivo-conference-in-vilnius-is-a-major-success/77091), האָבן פֿיר רעדנדער געהאַלטן זייערע רעדעס אויף ייִדיש: ד״ר אַבֿרהם ליכטענבוים, דער דירעקטאָר פֿונעם בוענאָס־אײַרעסער „ייִוואָ‟, ד״ר לאה גאַרפֿינקל פֿון „בר־אלן‟־אוניווערסיטעט, ד״ר מרדכי יושקאָווסקי, דער דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן אינסטיטוט אין ווילנע בײַם „ייִדישן וועלט־קאָנגרעס‟ און ד״ר דוד כּ״ץ אַליין. צווישן די אַנדערע רעדנערס זענען אויפֿגעטראָטן די אָנפֿירער פֿון דער ייִדישער קהילה, פֿאָרשטייער פֿון די ליטווישע און ישׂראלדיקע רעגירונגען, ד״ר יונתן ברענט, דער דירעקטאָר פֿונעם ניו־יאָרקער „ייִוואָ‟, ד״ר צירל קוזניץ פֿון „באַרד־קאָלעדזש‟ און ד״ר דוד פֿישמאַן פֿונעם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟. מע קען זיך דערוויסן מער וועגן די אַקאַדעמישע רעפֿעראַטן דורכן זיך צוהערן צו אַ פּרטימדיקן ראַדיאָ־באַריכט אויף ייִדיש פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים, וואָס מע האָט לעצטנס טראַנסמיטירט אויף „ראַדיאָ־ספֿרד‟ אין שפּאַניע. //www.radiosefarad.com/90-yor-fun-der-grindung-fun-iwo-gefayer-in-litvishn-seym-parlament/
אויף דער קאָנפֿערענץ איז אויך אויפֿגעטראָטן געוואָרן די פּאָפּולערע קאַפּעליע „די קלעזמאַטיקס‟, וואָס איז ספּעציעל געקומען, כּדי צו שפּילן אויף דער פֿײַערונג. לאָרין סקלאַמבערג, דער הויפּט־זינגער פֿון דער קאַפּעליע איז אויך דער קלאַנג־אַרכיוויסט בײַם ניו־יאָרקער „ייִוואָ‟.
אין זײַן באַריכט דערקלערט ד״ר כּ״ץ, אַז כאָטש ער האַלט, אַז די קאָנפֿערענץ איז געווען אַ גרויסער דערפֿאָלג און אַ היסטאָרישע דערשײַנונג, האָט מען באַמערקט, אַז ס׳זענען, אַ פּנים, ניט געקומען קיין שום ייִדן פֿון דער אָרטיקער ווילנער קהילה, אַחוץ די, וואָס מע האָט ספּעציעל פֿאַרבעטן.
צווישן אָט די פֿאַרבעטענע געסט זענען געווען צוויי ווילנער ייִדישע פֿרויען, וואָס האָבן אָפּגעגעבן זייער לעבן דער ייִדישער קולטור: פֿאַניע בראַנצאָווסקי, די ביבליאָטעקערין פֿונעם „ווילנער ייִדישן אינסטיטוט‟ און פֿירע בראַמסאָן, וואָס האָט יאָרן־לאַנג אָנגעפֿירט מיט דער ייִדישער סעקציע בײַ דער ליטווישער מלוכישער ביבליאָטעק. בראַנצאָווסקי האָט דערקלערט דוד כּ״צן, אַז זי איז געווען צופֿרידן, וואָס זי האָט דערלעבט צום 90סטן יובֿל פֿון דעם „ייִוואָ‟, און אַז מע האָט אויף אים פֿאָרגעלייענט רעפֿעראַטן אויף ייִדיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.