דעם 15טן אָקטאָבער וועט זיך אין דער לעמבערגער נאַציאָנאַלער קונסט־גאַלעריע עפֿענען אַן אויסשטעלונג פֿון אַלטע כּתובות. דער וויכטיקסטער טייל פֿון דער אויסשטעלונג באַשטייט פֿון נײַן שיין אילוסטרירטע ייִדישע חתונה־קאָנטראַקטן פֿון איטאַליע. די עלטסטע פֿון זיי איז אונטערגעחתמעט געוואָרן אינעם יאָר ה׳תּנ״ד (1694/95), דורך אַבֿרהם טלית פֿון פּיזע, און די לעצטע — דורך אַבֿרהם ד׳אורבינאָ פֿון פֿלאָרענץ אין 1848.
די עקספּאָזיציע איז געשאַפֿן געוואָרן דורך פּראָפֿ׳ שלום צבר, אַ כּתובות־ספּעציאַליסט פֿונעם ירושלימער אוניווערסיטעט, און סערגיי קראַווצאָוו, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ראָמאַנישע שפּראַכן בײַם דרומדיקן פֿעדעראַלן אוניווערסיטעט אין ראָסטאָוו, רוסלאַנד, וועלכער האָט באַשטעטיקט, פֿון וועלכע שטעט עס שטאַמען די אַלטע דאָקומענטן.
די אָרגאַניזאַטאָרן באַמערקן, אַז אַחוץ דער עסטעטישער און היסטאָרישער ווערט, זאָגן די אַלטע פּאַרמעט־דאָקומענטן עדות וועגן די אַמאָליקע פּאָרפֿעלקער, וואָס וועגן זייער גורל ווייסן מיר גאָרנישט, אַחוץ די נעמען פֿון די חתנים און כּלות. למשל, ווי לאַנג האָבן געלעבט צוזאַמען רחל און אליהו פֿון וועראָנע? וויפֿל קינדער האָבן געהאַט פּערנע און משה פֿון מאָדענע? צי ווענטורינע איז געווען גליקלעך אין איר זיווג מיט יעקבֿ פֿון אַנקאָנע? פֿונדעסטוועגן, קאָן מען פֿון די אַלטע כּתובות יאָ מאַכן וויכטיקע אינטערעסאַנטע אויספֿירן וועגן דער געשיכטע און עקאָנאָמיע פֿון די ייִדישע קהילות אין איטאַליע. למשל, מע זעט גאַנץ קלאָר, אַז די איטאַליענישע ייִדן, הגם זיי האָבן געוווינט אין פֿאַרמאַכטע געטאָ־קוואַרטאַלן, האָבן לעבעדיק רעאַגירט אויף אַלע בײַטונגען פֿון די אַרומיקע קינסטלערישע סטילן.
אויף דער אויסשטעלונג וועט מען אויך דורכפֿירן אַ ציקל לעקציעס וועגן דעם ייִדישן משפּחה־לעבן און דעם חילוק צווישן די הײַנטיקע און אַמאָליקע באַציִונגען צווישן מענער און פֿרויען בײַ ייִדן און אוקראַיִנער.
אַ גרויסע זאַמלונג פֿון 441 אַלטע כּתובות געפֿינט זיך אין דער אינטערנעץ־ביבליאָטעק פֿונעם ניו־יאָרקער „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟, אויסגעשטעלט מיט אַ פֿרײַען צוטריט און סקאַנירט מיט אַ גוטער קוואַליטעט. די איטאַליענישע כּתּובות זענען טאַקע די שענסטע און זענען אָפֿט באַצירט לויט די אייראָפּעיִשע קונסט־סטילן, נישט זעלטן מיט אַ בפֿירוש עראָטישן טעם. אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט וואָלטן ווייניק רבנים געווען צופֿרידן מיט נאַקעטע צייכענונגען פֿון אָדם און חוה אָדער דוד מיט בת-שבֿע. איינער פֿון די עלטסטע ייִדישע חתונה־קאָנטראַקטן אין דער וועלט, אָנגעשריבן מיט כּמעט 2,500 יאָר צוריק אין מצרים, געפֿינט זיך אינעם ברוקלינער מוזיי. די תּושבֿים פֿון לעמבערג — איינער פֿון די גרעסטע און וויכטיקסטע ייִדישע צענטערס פֿאַרן חורבן, וווּ עס האָבן געוווינט בערך 150,000 ייִדן — וועלן זיך קאָנען הײַנט באַקענען פּנים־אל־פּנים מיטן דאָזיקן אַלטן געביט פֿון דער ייִדישער טראַדיציע און קונסט. הײַנט באַטרעפֿט די ייִדישע קהילה אין דער דאָזיקער מערבֿ־אוקראַיִנישער שטאָט בערך 2,000 נפֿשות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.