דעם 16טן סעפּטעמבער האָט דער באַקאַנטער ייִדיש־ענגלישער אינטערנעץ־זשורנאַל „טאַבלעט‟ אָפּגעדרוקט אליהו ראָזענבלאַטס אַרטיקל וועגן דעם מאָדערניסטישן ייִדישן פּאָעט יצחק בערלינער, באַגלייט מיט אַ ריי ענגלישע איבערזעצונגען פֿון זײַנע לידער. דער מחבר פֿונעם אַרטיקל, וואָס טראָגט דעם נאָמען „דאָס רייכערט אַ מאַן‟, איז אַן אַספּיראַנט פֿונעם בערקלי־אוניווערסיטעט אין קאַליפֿאָרניע, וווּ ער פֿאַרנעמט זיך מיט ייִדישע שטודיעס.
יצחק בערלינער איז געבוירן געוואָרן אין לאָדזש, פּוילן, אינעם יאָר 1899. בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה האָבן די דײַטשן אים געצוווּנגען אויסצופֿירן שקלאַף־אַרבעט. אינעם יאָר 1922—1923 איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין מעקסיקע, און דאָרט געוואָרן איינער פֿון די ערשטע מחברים, וועלכע האָבן באַשריבן דאָס דאָרטיקע לעבן אויף ייִדיש. אין בערלינערס ווערק ווערן אויסגעדריקט באַזונדערס טיפֿע מיטגעפֿילן לגבי די אָרעמע, פֿאַרבלאָנדזשעטע און אויסגעמוטשעטע מענטשן. הגם ער שילדערט די מעקסיקאַנער אינדיאַנער, פֿילט זיך אין זײַנע ליד דאָס קול פֿון אַ ייִדישן גלות־וואַנדערער.
באַזונדערס חידושדיק איז צום מערסטן באַקאַנט בערלינערס פּאָעטישע זאַמלונג „שטאָט פֿון פּאַלאַצן‟, וווּ עס ווערן דערמאָנט אַזעלכע טעמעס, ווי דאָס רייכערן מאַריכואַנע און דער פּסיכאָלאָגישער עפֿעקט פֿונעם דאָזיקן גראָז, וואָס העלפֿט די אָרעמע מענטשן אויסלעבן זיך צו פֿאַרגעסן אין דער געפֿערלעכער נויט. ראָזענבלאַט דערציילט, אַז דאָס דאָזיקע ליד איז שוין איבערגעזעצט און פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויף ענגליש אינעם יאָר 1996. הײַנט לייגט ער פֿאָר זײַן אייגענע איבערזעצונג.
דער באַקאַנטער ייִדישער פּאָעט און ליטעראַטור־קריטיקער מלך ראַוויטש האָט באַמערקט, אַז בערלינערס ווערק שטעלן מיט זיך פֿאָר אַן אָרגאַנישן סינטעז פֿון ייִדישלעכע און ברייט־קאָסמאָפּאָליטישע טעמעס. דאָס לעבן פֿון מעקסיקאַנער אינדיאַנער שבֿטים פּאָרן זיך מיטן שטעטלדיקן ייִדישן לעבן אין לאָדזש. אין זײַנע איבערזעצונגען פֿון פֿיר אויסגעקליבענע בערלינערס לידער, האָט ראָזענבלאַט געשטרעבט צו באַקענען די לייענער מיטן ברייטן שעפֿערישן פֿאַרנעם און גאַנץ אָריגינעלן סטיל פֿונעם דאָזיקן פּאָעט. צוויי פֿון בערלינערס ביכער, אַרײַנגערעכנט „שטאָט פֿון פּאַלאַצן‟, קאָן מען אַראָפּלאָדן אין אַ קאָמפּיוטער־פֿאָרמאַט אויף דער וועבזײַט פֿון דער אַמהערסטער ביכער־צענטראַלע.
פֿאַרשטייט זיך, קלינגען די ענגלישע איבערזעצונגען נישט אַזוי געשמאַק ווי דער אָריגינאַל. ווען מע לייענט איבער זײַן ווערק אויף ייִדיש, וואַרפֿט זיך אין די אויגן דאָס געמיש, וואָס ראַוויטש האָט באַמערקט. אַ סך נעמען פֿון די לידער זענען גאַנצע שפּאַנישע פֿראַזעס, פֿאַרשריבן מיט ייִדישע אותיות. דאָס ליד „מאַרוהואַנאַ‟, ווי דער פּאָעט לייגט אויס דאָס דאָזיקע וואָרט, אַ זעלטענער „גאַסט‟ אין דער פֿאַרמלחמהדיקער ייִדישער ליטעראַטור, איז חידושדיק געגראַמט און ריטמיש, להיפּוך צו דער נײַער ענגלישער ווערסיע.
די ייִדישע ליטעראַטור שיידט זיך אונטער פֿון אַ סך אַנדערע וועלט־ליטעראַרטורן מיטן גאָר ברייטן, ממש קאָסמאָפּאָליטישן, פֿאַרנעם. למשל, די מעקסיקאַנער מאַריכואַנע גראַמט זיך בײַ בערלינער מיט דער ווײַט־מיזרחדיקער בודיסטישער נירוואַנע.
ס׳איז מערקווירדיק צו באַקענען די אַמעריקאַנער לייענער, וועלכע אַסאָציִיִרט די ייִדישע ליטעראַטור, געוויינטלעך, מיט סטערעאָטיפּישע אַלטמאָדישע טעמעס, אַז אין אונדזער ליטעראַרישער ירושה שפּיגלט זיך אָפּ כּמעט די גאָרע וועלט, און עס ווערן באַהאַנדלט אַזעלכע ענינים, וואָס ווערן אַפֿילו אויף ענגליש צומאָל באַטראַכט ווי ראַדיקאַל מאָדערניסטישע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.