ס׳איז שוין לאַנגע יאָרן אַ מאָדע איבערצוזעצן באַקאַנטע אַמעריקאַנער לידער אויף ייִדיש. די סאַמע דערפֿאָלגרײַכסטע זינגער אין דעם זשאַנער פֿון „פֿאַרטײַטשן און פֿאַרבעסערן אַמעריקאַנער לידער‟ זענען אָן שום ספֿק געווען די „שוועסטער באַרי‟; אָבער צענדליקער אַנדערע גרופּעס האָבן אַרויסגעלאָזט אַמעריקאַנער לידער אויף ייִדיש אין פֿאַרשידנאַרטיקע זשאַנערן אַזוי ווי „דזשעז‟, „ראָק‟, „רעפּ‟ און אַפֿילו „קאָונטרי‟. איצטער קען מען צוגעבן אויך „פּאָנק‟ צו אָט דער רשימה.
לעצטנס האָט די קאַפּעליע Midnight Nosh אונדז געשיקט איר נוסח פֿון די „ראַמאָנס‟ שלאַגער I Wanna Be Sedated דורך אונזער „פֿייסבוק‟־זײַטל מיט די ווערטער, דווקא אויף ייִדיש, „האָב הנאה‟. בײַם צוהערן זיך צום ליד איז געווען גאַנץ קלאָר, אַז כאָטש קיין „ראַמאָנס‟ איז „מידנײַט נאַש‟ ניט, קען די זינגערין גאַנץ גוט ייִדיש און די איבערזעצונג איז זייער אַ געלונגענע. בײַם קוקן דעם פֿילם האָט מען פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס: זי איז ד׳׳ר דבֿורה קאַפּלאַן, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון טעאַטער אין „ברוך־קאַלעדזש‟, וואָס רעדט אַ געשמאַקן ייִדיש, בפֿרט אַז מע נעמט אין באַטראַכט, אַז זי האָט די שפּראַך זיך אויסגעלערנט ווי אַ דערוואַקסענע. ד׳׳ר קאַפּלאַן האָט אויך איבערגעזעצט דאָס ליד „איך וועל זײַן פֿאַרטויבט‟ אויף ייִדיש און טרעט אויף מיט אַנדערע, מער טראַדיציאָנעלע, ייִדישע לידער צוזאַמען מיט דער קאַפּעליע „מידנײַט נאַש‟.
חוץ דעם נאָמען פֿון דער קאַפּעליע און זייער זינגען אַ מאָל ייִדישע לידער, האָט די גרופּע אויך אַנדערע ייִדישע פֿאַרבינדונגען. דער הויפּט־זינגער איז אַ ראַבינער פֿון דער „ווידערבוי‟־באַוועגונג דניאל ברענער, וואָס האָט צווישן אַנדערע פּראָיעקטן געגרינדעט Birthright Next, אַ באַקאַנטע „קירובֿ‟־פּראָגראַם פֿאַר די, וואָס זענען געפֿאָרן אויף אַ „געבורטסרעכט־נסיעה‟ קיין ישׂראל. ברענער האָט אויך געשאַפֿן אַ ריי לידער אויף ענגליש, געווידמעט די ייִדישע יום־טובֿים, צווישן זיי, איינע וואָס מאַכט חוזק פֿון „חנודאַנק‟, דער „יום־טובֿ‟, וואָס געוויסע אַמעריקאַנער ייִדן האָבן געפּראַוועט, ווען „דאַנקטאָג‟ און חנוכּה זענען צופֿעליק אויסגעפֿאַלן אויפֿן זעלביקן טאָג מיט צוויי יאָר צוריק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.