הײַנט, נאָכן היסטאָרישן אָפּמאַך מיט איראַן, פֿיגורירט דאָס דאָזיקע לאַנד כּסדר אין דער פּרעסע, לאַוו־דווקא אין שײַכות מיטן קאָנפֿליקט אויפֿן מיטל־מיזרח און אַנדערע פּאָליטישע ענינים. דער Forward האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ סעריע רעפּאָרטאַזש פֿונעם זשורנאַליסט לאַרי קאָלער־עסאַס, וועלכער האָט באַזוכט איראַן און זיך געטראָפֿן מיט דער דאָרטיקער ייִדישער קהילה. ווייניק ווערט אָבער דערמאָנט אין דער ברייטער פּרעסע אַן אַנדער גאָר אינטערעסאַנטער אַספּעקט פֿונעם ייִדישן לעבן אין איראַן — דער לינגוויסטישער.
דעם 26סטן אויגוסט, האָט ד״ר אַדאַם מאַק׳קאָלום פֿונעם ווינער אוניווערסיטעט, פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער היסטאָרישער וועבזײַט ancientjewreview.com, וווּ עס ווערן באַהאַנדלט אויף אַ ערנסטן אופֿן פֿאַרשיידענע ענינים פֿון דער ייִדישער געשיכטע, דעם צווייטן טייל פֿון זײַן גאָר וויכטיקן באַריכט וועגן דער ייִדיש־פּערסישער שפּראַך און ליטעראַטור. אינעם ערשטן טייל, וואָס האָט זיך באַוויזן דעם 19טן אויגוסט, דערציילט מאַק׳קאָלום וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש־פּערסישע שטודיעס אין דער אַקאַדעמישער וועלט.
דער באַקאַנטער ייִדיש־פֿאָרשער דזשעראָלד פֿרייקס האָט באַמערקט אין זײַן בוך וועגן מיטל־עלטערלעכע עפּישע פּאָעמעס אויף ייִדיש, אַז בײַ דער ייִדישער קהילה אין פּערסיע איז פֿאַראַן אַן אייגענע פּאָעטישע טראַדיציע, גאַנץ ענלעך צום „שמואל־בוך‟, „מלכים־בוך‟ און אַנדערע פֿריִיִקע ייִדיש־ווערק, וווּ די עלעמענטן פֿון דער אייראָפּעיִשער ריטערשאַפֿט ווערן האַרמאָניש צונויפֿגעשמאָלצן מיט די ייִדישע אוצרות. דוד־המלך ווערט אין דער אַלט־ייִדישער ליטעראַטור פֿאַרוואַנדלט פֿאַקטיש אין אַ ריטער; די פֿאָרשער פֿאַרגלײַכן אַזעלכע עפּישע ווערק מיטן דײַטשישן ניבעלונגען־ליד און דעם פֿראַנצויזישן „שירה פֿון ראָלאַנד‟.
אין דער זעלבער תּקופֿה, האָבן די פּערסישע ייִדן געשאַפֿן אייגענע ווערק, וואָס טראָגן פֿאַקטיש די זעלבע נעמען, אַרײַנגעגערעכנט „דניאל־נאַמע‟ און „שופֿטים־נאַמע‟. דאָס וואָרט „נאַמע‟ מיינט אויף פּערסיש אַ בוך. די ייִדישע מאָטיוון ווערן אין די דאָזיקע ווערק טיף צונויפֿגעבונדן מיטן אָרטיקן פֿאָלקלאָר, און די תּנ״כישע העלדן האָבן אַ בפֿירוש פּערסיש פּנים.
דערווײַל בלײַבט נישט קלאָר, צי די דאָזיקע צוויי ליטעראַרישע טראַדיציעס, געשאַפֿן געאָגראַפֿיש זייער ווײַט איינע פֿון דער צווייטער, קאָנען זײַן היסטאָריש פֿאַרבונדן. לינגוויסטיש גערעדט, זענען פֿאַראַן אַ סך מערקווירדיקע ענלעכקייטן צווישן ייִדיש און פּערסיש. אין ביידע פֿאַלן, ווערט אַ גאַנצער שיכט סעמיטישע עלעמענטן אַרײַנגעשטעלט אין דער סטרוקטור פֿון אַן אינדאָ־אייראָפּעיִשער שפּראַך. אַחוץ דעם אַראַבישן עלעמענט, באַווײַזן זיך אין די פּערסיש־ייִדישע דיאַלעקטן געוויסע עלעמענטן פֿון לשון־קודש און צומאָל אַראַמיש.
מאַק׳קאָלומס צוויי־טיילנדיקער באַריכט איז באַגלייט מיט אַ פּאָר שיינע אילוסטראַציעס, וואָס דעמאָנסטרירן דעם דאָזיקן קולטור־סינטעז. יוסף און זליכה — פּוטיפֿרס ווײַב, וועלכע האָט געפּרוּווט צו פֿאַרפֿירן יוסף־הצדיק — זעען אויס ווי העלדן פֿון שאַהערעזאַדעס 1001 נאַכט־מעשׂיות.
אַחוץ די מומחים אין פּערסיש בכלל און די ייִדיש־פּערסישע דיאַלעקטן בפֿרט, איז כּדאַי פֿאַר די קענער פֿון אַלט־ייִדישער ליטעראַטור זיך צו באַקענען מיט דעם, ווי אַזוי די אַמאָליקע פּערסישע ייִדן האָבן אויסגעדריקט זייער שעפֿערישקייט מיט די ייִדישע אותיות. ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט ייִדיש, האָבן די פּערסישע ייִדן נישט אויסגעאַרבעט אַן אייגן לשון. די דערמאָנטע עפּישע פּאָעמעס זענען פֿאַרשריבן אויף דער ליטעראַרישער פּערסישער שפּראַך פֿון זייער תּקופֿה. דער ספּעציפֿיש־ייִדישער עלעמענט איז קליין, און אָפֿטמאָל האָבן די פּאָעטן דווקא אויסגעמיטן דעם סעמיטישן שיכט, נאָכן מוסטער פֿון זייערע נישט־ייִדישע מיטצײַטלער, וועלכע האָבן נישט ליב געהאַט די אַראַביש־שטאַמיקע ווערטער און געפּרוּווט צו שרײַבן אויפֿן „ריינעם‟ פּערסיש.
צווישן די ייִדיש־מומחים זענען פֿאַראַן אַ סך לינגוויסטן פֿונעם העכסטן קאַליבער. אַזאַ ריזיקן סכום ליטעראַטור, ווי אויף ייִדיש, האָט קיין אַנדערע ייִדישע עדה נישט געשאַפֿן. די שטודיעס פֿון ייִדיש־פּערסישער ליטעראַטור בלײַבן דערווײַל אין אַ וויגעלע־מצבֿ, אין פֿאַרגלײַך מיט די ייִדיש־פֿאָרשונגען. פֿונדעסטוועגן, איז די ייִדיש־פּערסישע ליטעראַטור, בפֿרט די פּאָעטישע ווערק, זייער רײַך, שיין און פֿאַרשיידנאַרטיק. מאַק׳קאָלומס באַריכט איז באַגלייט מיט אַ לאַנגער און ממשותדיקער ביבליאָגראַפֿיע. עס קאָן זײַן, אַז די אָפּשאַפֿונג פֿון די אַנטי־איראַנישע סאַנקציעס וועט העלפֿן די מערבֿדיקע פֿאָרשער מיטצואַרבעטן מיט זייערע קאָלעגן אין איראַן און ברענגען צו אַ סך אַנטדעקונגען אינעם דאָזיקן געביט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.