מער ווי אַ הונדערט יאָר פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן, באַשריבן אויף ייִדיש, וועט אין גיכן זײַן צוטריטלעך דורך אַ דאַטנבאַזע, וואָס מע וועט קענען פֿרײַ באַזוכן. אַלע נומערן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ — די ייִדישע צײַטונג מיט דער גרעסטער צאָל לייענער במשך פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט — וועלן ווערן אַ טייל פֿונעם „היסטאָרישן ייִדישן פּרעסע־פּראָיעקט‟, באַקאַנט ווי JPress, אין אַ דיגיטאַלישער פֿאָרעם, אַ דאַנק דעם הסכּם צווישן דער „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע, דער „נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק פֿון מדינת־ישׂראל‟ און דעם „תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט‟. דער עלעקטראָנישער אַרכיוו פֿון JPress נעמט איצט אַרײַן מער ווי 50 אויסגאַבעס פֿון אייראָפּע, אַמעריקע, אַפֿריקע און ארץ־ישׂראל — בסך־הכּל העכער 1,250,000 זײַטן. די „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע גיט אַרויס דעם „פֿאָרווערטס‟ זינט דער גרינדונג אין 1897.
די דאַטנבאַזע־„דזשעי־פּרעס‟ שטעלט צו צײַטונגען אויף ענגליש, פֿראַנצייזיש, העברעיִש, אונגעריש, ייִדישע־אַראַביש, דזשודעזמאָ, רוסיש און ייִדיש. די צײַטונגען אויף ייִדיש נעמען אַרײַן צוויי באַקאַנטע טעגלעכע פֿאַרמלחמהדיקע וואַרשעווער צײַטונגען, „הײַנט‟ און „מאָמענט‟, ווי אויך דעם וועכנטלעכן ליטעראַרישן זשורנאַל „ליטעראַרישע בלעטער‟. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז דער טיראַזש פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ איז געווען גרעסער פֿון זיי אַלע. די צײַטונג, מיט רעגיאָנאַלע אויפֿלאַגעס אין לאָס־אַנדזשעלעס, טשיקאַגע, פֿילאַדעלפֿיע און באָסטאָן, אַחוץ זײַן הויפּט־אויסגאַבע אין ניו־יאָרק, האָט בעתן אויפֿבלי פֿון זײַן פּאָפּולאַריטעט געהאַט אַ טיראַזש פֿון עטלעכע הונדערט־טויזנט. דער „פֿאָרווערטס‟ איז געווען די גרעסטע ייִדישע צײַטונג אויף דער וועלט — אין וואָסער שפּראַך עס זאָל ניט זײַן — פֿאַר די ערשטע 7 יאָרצענדליקער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.
„מיר פֿרייען זיך, וואָס דער תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, צוזאַמען מיט דער ׳נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון מדינת־ישׂראל׳, וועלן דערמעגלעכן, אַז די ׳פֿאָרווערטס׳־אַרכיוון זאָלן זײַן צוטריטלעך דיגיטאַליש צו די לייענער איבער דער וועלט‟, האָט געזאָגט שמואל נאָריך, דער פֿאַרלעגער און הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע. „דער דאָזיקער היסטאָרישער אויפֿטו אָנערקענט די וויכטיקייט פֿון אונדזער זשורנאַליזם במשך פֿון די לעצטע 118 יאָר. דער פֿאַקט, וואָס מע וועט קענען דורכזוכן דעם גאַנצן אַרכיוו און געפֿינען יעדעס מאָל, ווי אַזוי מע האָט גענוצט אַ געוויס וואָרט, וועט זײַן אַ גאַנץ־וויכטיקע הילף פֿאַר אַלעמען, וואָס וועט אָנגיין אייביק‟.
דער פּאַפּירענער „פֿאָרווערטס‟, וואָס דערשײַנט ביז עד־היום אַלע צוויי וואָכן און וואָס באַווײַזט זיך טאָג־טעגלעך אויף דער אינטערנעץ, איז אַ סך מער ווי סתּם אַ קוואַל, וווּ מע קען באַקומען די נײַעס. ווי איינע פֿון אַ פּאָר אָנפֿירנדיקע אָרגאַניזאַציעס, וואָס מע האָט געגרינדעט אין ניו־יאָרק בײַם אָנהייב פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, כּדי צו באַדינען די ייִדישע אימיגראַנטן, איז די צײַטונג אַ קולטורעלער סימבאָל און אַ טייל פֿון דער אַמעריקאַנער געשיכטע.
דער ערשטער רעדאַקטאָר אַב. קאַהאַן איז געווען אַ באַרימטע פּערזענלעכקייט, סײַ אויף דער ייִדישער גאַס און סײַ מחוץ איר. ער האָט געגרינדעט די רובריק „אַ בינטל־בריוו‟, די ערשטע עצה־רובריק אין דער געשיכטע און האָט רעקרוטירט לעגענדאַרע שרײַבער, ווי מאָריס ראָזענפֿעלד, דער „פּאָעט פֿון די שוויץ־שעפּער‟, און יצחק באַשעוויס־זינגער, וואָס האָט באַקומען דעם נאָבל־פּריז פֿאַר ליטעראַטור. קאַהאַנס אייגענער ראָמאַן, „דער אויפֿקום פֿון דוד לעווינסקי‟ איז געוואָרן אַ קלאַסיש ליטעראַריש ווערק אויף ענגליש.
„עס איז ניט מעגלעך איבערצוטרײַבן ווי גרויס איז די ווערט פֿונעם ׳פֿאָרווערטס׳־אַרכיוו‟, האָט דערקלערט ירון צור, דער פּראָפֿעסאָר פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, וואָס האָט פֿאַרטראַכט און געגרינדעט דעם „היסטאָרישן ייִדישן פּרעסע־פּראָיעקט‟ אין 2004. אין דעצעמבער, 2010, האָבן די „נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק פֿון מדינת־ישׂראל‟ און דער „תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט‟ לאַנצירט „דזשעי־פּרעס‟; מע דערוואַרט, אַז ממשותדיקע טיילן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟־אַרכיוו וועלן ווערן צוטריטלעך שוין אָנהייב דעצעמבער. „ווען די נומערן ווערן צוטריטלעך, וועלן זיי זיכער זײַן איינע פֿון די איידלשטיינער אין אונדזער קרוין‟, האָט צור באַמערקט. די דיגיטאַליזאַציע פֿונעם „פֿאָרווערטס‟־אַרכיוו איז דערמעגלעכט געוואָרן, אַ דאַנק דער ברייטהאַרציקער נדבֿה פֿון דער משפּחה גאָדלרײַך צום אוניווערסיטעט. די קאָמפּיוטער־עקספּערטן בײַם אוניווערסיטעט אַרבעטן איצט אויף נײַע טעכנאָלאָגיעס, וואָס וועלן פֿאַרבעסערן די קוואַליטעט פֿון די דיגיטאַליזירטע זײַטלעך און מאַכן עס גרינגער צו באַנוצן זיך מיט זיי. „די דיגיטאַליזאַציע פֿונעם ׳פֿאָרווערטס׳־אַרכיוו איז אַ בײַשפּיל פֿון דער אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקער צוזאַמענאַרבעט צו פּרעזערווירן די אוצרות פֿון דער ייִדישער קולטורעלער ירושה און צו געבן דעם ברייטערן עולם איבער דער גאַנצער וועלט אַ צוטריט צו זיי, וואָס האָט ניט קיין פּרעצעדענט‟, האָט צור געזאָגט.
„איך פֿריי זיך זייער, וואָס דער ׳פֿאָרווערטס׳־אַרכיוו וועט איצט דיגיטאַליזירט ווערן און אַרײַנגענומען ווערן ווי אַ טייל פֿון ׳דזשיי־פּרעס׳. דער דאָזיקער וויכטיקער צוגאָב צו אונדזער רײַכער דיגיטאַלישער קאָלעקציע דערמעגלעכט אונדז צו מאַכן צוטריטלעך אַ באַזונדערע און וויכטיקע פּערספּעקטיוו פֿון דער געשיכטע פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן‟, האָט געזאָגט אורן ווײַנבערג, דער דירעקטאָר פֿון דער „נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון מדינת־ישׂראל‟. ווײַנבערג האָט אויך אויסגעדריקט זײַן דאַנקבאַרקייט דעם „תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט‟, ווי אויך צורן און נאָריכן פֿאַר זייערע אומדערמידלעכע שטרעבונגען אַרויסצושטעלן דעם „פֿאָרווערטס‟־אַרכיוו אויף דער אינטערנעץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.