דעם 3טן אָקטאָבער, האָט מען אויף דער וועבזײַט פֿון די אַמעריקאַנער קראָים, //Karaites.org, אָנגעהויבן אַרויסשטעלן סיסטעמאַטיש רעקאָרדירונגען פֿון תּורה־לייענען און הפֿטרות לויטן קראָיִשן מינהג, געזונגען דורכן אַשדודער חזן רותם כּהן.
פֿאַר ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן ווערן די קראָים, מסתּמא, אַסאָציִיִרט מיט דער תּקופֿה פֿון די בבֿלישע גאונים, וועלכע האָבן שאַרף קריטיקירט די דאָזיקע ייִדישע סעקטע, וואָס לייקנט אָפּ די תּורה־שבעל־פּה, און געפּרוּווט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים פֿון איר פּטור צו ווערן. די דאָזיקע באַוועגונג איז אויפֿגעקומען אינעם 8טן יאָרהונדערט, הגם אַ טייל היסטאָריקער זענען זיך משער, אַז די וואָרלצען פֿון דער קראָיִשער שיטה שטאַמען פֿון די אוראַלטע צדוקים, וועלכע האָבן, ווי באַקאַנט, אויך געגלייבט בלויז אינעם תּנ״ך.
למעשׂה, קאָן מען אין אַמעריקע, וווּ עס טרעפֿן זיך כּלערליי רעליגיעזע סעקטעס, אויך געפֿינען אַן אָרגאַניזירטע גרופּע מיטל־מיזרחדיקע קראָים, בראָש מיטן ראַבינער דזשאָ פּסח, וועלכער פֿירט אָן מיט דער קראָיִשער שיל „בני־ישׂראל‟ אין דאַלי־סיטי, שטאַט קאַליפֿאָרניע, לעבן סאַן־פֿראַנציסקאָ.
די מיזרח־אייראָפּעיִשע קאַראַיִמער, אַן אַנדער מין קראָים, זענען היפּש אַסימילירט און שטעלן מיט זיך פֿאָר גיכער אַן עטנישע, ווי אַ רעליגיעזע גרופּע. אין ליטע וווינען בערך 240 קאַראַיִמער, וואָס אָרגאַניזירן כּסדר פֿאַרשיידענע קולטור־אונטערנעמונגען — אין ווילנע, טראָק און פּאָנעוועזש. אַ סך פֿון זיי זענען אָבער ווײַט פֿון רעליגיע און אַסאָציִיִרן זייער קולטור מיט אַזעלכע וועלטלעכע ענינים, ווי דער מינהג צו עסן קיבין — אַ געוויסער מין בפֿירוש טרייפֿענע פּיראָגן — מיט פֿלייש געבראָטן אינעם סמעטענע־טייג. די קראָים טײַטשן בוכשטעבלעך אָפּ דעם פּסוק „לא תבֿשל גדי בחלבֿ אמו‟ און היטן נישט די הלכות פֿון בשׂר־וחלבֿ.
להיפּוך, שטעלן די קאַליפֿאָרניער קראָים מיט זיך פֿאָר אַ רעליגיעזע גרופּע מיט גאָר אַן אַנדער עטנישן טעם — דעם עגיפּטישן. פּסח, דער מנהיג פֿון דער קהילה, איז אַנטלאָפֿן פֿון עגיפּטן אין די 1970ער יאָרן. לויט זײַן חשבון, וווינען אינעם סאַן־פֿראַנציסקער ראַיאָן בערך 800 ייִדן פֿונעם עגיפּטיש־קראָיִשן אָפּשטאַם, און ער שטרעבט זיי צו פֿאַראייניקן. זײַן שיל פֿירט אויך אָן מיט דער אָרגאַניזאַציע, וואָס טראָגט דעם אַמביציעזן נאָמען „דער קראָיִשער ייִדישער אוניווערסיטעט‟ און פּרוּווט מקרבֿ צו זײַן דעם עולם, לאַוו־דווקא ייִדן, צו זייער שיטה פֿון ייִדישקייט. צום ערשטן מאָל נאָכן 15טן יאָרהונדערט האָבן זיי זיך פֿאַרנומען מיט די גיורים; ביז הײַנט זענען די קראָים געווען אַ פֿאַרמאַכטע עדה. די אָרטאָדאָקסישע ייִדן וועלן אַזעלכע נײַ־קומער, אַוודאי, נישט אָנערקענען; ס׳איז אינטערעסאַנט אָבער, אַז אויפֿן אַמעריקאַנער „מאַרק‟ פֿון רעליגיעס קאָן מען אַפֿילו טרעפֿן אַ קראָיִשע מיסיאָנערישע טעטיקייט.
הגם די רבנים האָבן אַלעמאָל באַטראַכט די קראָים ווי כּופֿרים אָדער, לכל־הפּחות, ווײַט פֿאַרבלאָנדזשעטע ייִדן, האָבן זיי כּסדר אַרײַנגעקוקט אין די קראָיִשע לינגוויסטישע אָדער פֿילאָסאָפֿישע ווערק. כּדי צו פֿאַרשטיין בעסער די ייִדישע געשיכטע, מוז מען זיך באַקענען מיט די מינהגים פֿון דער דאָזיקער סעקטע. אַחוץ די תּורה־פּרשיות, קאָן מען אויף דער דערמאָנטער וועבזײַט אויסהערן די אָריגינעלע הגדה־מעלאָדיעס און אַנדערע ניגונים.
די קראָיִשע הגדה זעט אויס אינגאַנצן אַנדערש פֿון אונדזער געוויינטלעכן נוסח. אַמאָל האָבן די קראָים באַזעצט אַ גאַנצן קוואַרטאַל אין קאַיִר. דאָס זינגען פֿאַרשיידענע פּסוקים וועגן יציאת־מצרים האָבן פֿאַר זיי, אַפּנים, געקלונגען באַזונדערס אַקטועל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.