זונטיק, דעם 18טן אָקטאָבער, האָט די אָדעסער לאַנדסמאַנשאַפֿט אין ניו־יאָרק דורכגעפֿירט אַ ליטעראַריש־קינסטלערישע און מוזיקאַלישע קאָנצערט־פּראָגראַם, געווידמעט דעם ייִדישן שטעטל.
די פּראָגראַם האָט אָפּגעשפּיגלט דאָס פֿולזײַטיקע לעבן פֿון די אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך אין מיזרח־אייראָפּע, און די גרויסע ראָלע, וואָס זיי געשפּילט אין דער וועלט־קולטור, וויסנשאַפֿט און די ציוניסטישע באַוועגונג.
בעת דער אונטערנעמונג, האָט דער עולם אויסגעהערט דערציילונגען וועגן דעם אַמאָליקן לעבן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, און האָט זיך באַקענט מיט די ווערק און ביאָגראַפֿיעס פֿון אַזעלכע ייִדישע קלאַסיקער, ווי שלום־עליכם, מענדעלע מוכר־ספֿרים, יצחק־לייבוש פּרץ און אַנדערע פּראָזאַיִקער, ווי אויך וועגן דעם דרײַ־שפּראַכיקן פּאָעט שמעון פֿרוג, וועלכער האָט געשריבן אויף ייִדיש, רוסיש און העברעיִש.
זײַנע לעצטע יאָרן האָט פֿרוג פֿאַרבראַכט אין אָדעס, וווּ ער איז ניפֿטר געוואָרן אינעם יאָר 1916 און באַערדיקט מיט אַ גרויסן כּבֿוד אויפֿן „צווייטן ייִדישן בית־עולם‟. איבער 100,000 מענטשן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אויף דער לוויה פֿונעם דאָזיקן דיכטער, וועלכער איז געווען זייער פּאָפּולער אין זײַן צײַט.
ס׳איז נישט קיין חידוש, אַז אין רוסלאַנד בלײַבט פֿרוג ווייניק באַוווּסט און ס׳רובֿ פֿאַרזאַמלטע אויף דער הײַנטיקער אונטערנעמונג אין ניו־יאָרק האָבן נישט געהערט זײַן נאָמען. אין די 1970ער יאָרן, האָט די סאָוועטישע מאַכט צעשטערט דעם דערמאָנטן אָדעסער בית־עולם און אַריבערגעטראָגן דאָס געביין פֿון אַ טייל באַערדיקטע ייִדן, אַרײַנגערעכנט מוכר־ספֿרים און פֿרוג, אויפֿן אָרטיקן קריסטלעכן צווינטער — נישט געקוקט אויף דעם, וואָס אין דער שטאָט איז פֿאַראַן אַן אַנדער ייִדישער בית־הקבֿרות.
ווען די רומענישע אַרמיי האָט אָקופּירט אָדעס, איז פֿרוגס שוואַרצע מאַרמאָרנע מצבֿה פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. דער נאַראַטאָר האָט דערציילט, ווי אַזוי מע האָט עס מיט יאָרן שפּעטער אַנטדעקט אויפֿן תּל־אָבֿיבֿער בית־עולם אויפֿן נאָמען פֿון טרומפּעלדאָרף.
אַ גאַנצע ריי וועלט־באַרימטע מאָלער און סקולפּטאָרן, אַרײַנגערעכנט יצחק לעוויטאַן, מאַרק שאַגאַל, חיים סוטין און מאַרק אַנטאָקאָלסקי, זענען געבוירן געוואָרן אין די ייִדישע שטעטלעך. בעת דער פּראָגראַם האָט מען דורכגעפֿירט אַן אויסשטעלונג פֿון די קונסט־ווערק, וואָס דער מחבר פֿון די שורות, יצחק ווײַנשלבוים, האָט געווידמעט דעם טאָג־טעגלעכן לעבן און די שׂימחות פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן שטעטל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.