דעם 1טן נאָוועמבער וועט דער מינעאַפּאָליסער „ייִדיש־ווינקל‟ ווײַזן אינעם שטאָטישן ייִדישן קהילה־צענטער דעם קלאַסישן פֿילם „זײַן ווײַבס ליובאָווניק‟, רעסטאַוורירט און באַגלייט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך דורכן „נאַציאָנאַלן צענטער פֿאַר ייִדישע פֿילמען‟.
דער געדאַנק צו באַגלייטן די קינאָ־קאַדערס מיטן קלאַנג איז אַזוי אַלט, ווי דער קינעמאַטאָגראַף גופֿא. אין די 1920ער יאָרן זענען אין אַמעריקע און אייראָפּע געשאַפֿן און געוויזן געוואָרן די ערשטע עקספּערימענטאַלע קלאַנג־פֿילמען. אין 1928—1930, ווען מע האָט אויסגעאַרבעט די נייטיקע טעכנאָלאָגיע, האָט זיך אין דער וועלט אָנגעהויבן דער סענסאַציאָנעלער „מאַרש‟ פֿון קלאַנג־פֿילמען איבער דער גאַנצער וועלט, אין שפּיץ מיט אַמעריקע. צוליב די אַמעריקאַנער דערפֿינדונגען אינעם געביט פֿונעם קלאַנג־קינאָ, האָט „האָליוווּד‟ פֿאַרנומען דאָס פֿירנדיקע אָרט אין דער פֿילם־אינדוסטריע.
אינעם יאָר 1930 איז אַרויס דער פֿילם „דאָס שוי־מיידל אין האָליוווּד‟, וווּ עס ווערן געוויזן די חכמות פֿונעם קלאַנג־קינעמאַטאָגראַף. די קאַמערעס זענען דעמאָלט געווען זייער רוישיקע און די אַקטיאָרן האָבן געמוזט בלײַבן אַלעמאָל נאָענט צו די מיקראָפֿאָנען, דערפֿאַר האָבן זיי צוגעטראַכט פֿאַרשיידענע חידושדיקע המצאות, כּדי די סצענעס זאָלן אויסזען גענוג נאַטירלעך.
אינעם יאָר 1931 האָט דער רעזשיסאָר שמואל גאָלדשטיין, אַ געבוירענער אין אָדעס און מער באַקאַנט אין אַמעריקע אונטערן נאָמען סידני גאָלדין, אַרויסגעלאָזט זײַן פֿילם „זײַן ווײַבס ליובאָווניק‟, רעקלאַמירט ווי די ערשטע קלאַנג־קאָמעדיע אויף ייִדיש. דער הויפּט־אַקטיאָר, לודוויג זאַץ, אַ געבוירענער אין לעמבערג, האָט אויך געשאַפֿן די לידער, וואָס ווערן געשפּילט אינעם פֿילם. אינעם פֿילם פֿירט ער אויס די ראָלע פֿונעם אַקטיאָר, וועלכער פֿאַרשטעלט זיך פֿאַר אַן אַלטן מאַן, געווינט דאָס האַרץ פֿון אַ יונג שיין מיידל און פּראָבירט זי צו פֿאַרפֿירן אין אַ ראָלע פֿון כּלומרשט אַן אַנדער מאַן.
דעם סצענאַר פֿונעם פֿילם האָט די דראַמאַטורגין שיינע־רחל סימקאָף צוגעטראַכט אויפֿן סמך פֿון פֿערענץ מאָלנאַרס פּיעסע „דער גוואַרדיע־אָפֿיציר‟. דער פֿילם שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ וויכטיקן דענקמאָל פֿונעם פֿאַרמלחמהדיקן ייִדישן קינעמאַטאָגראַף און אַ וויכטיקן בײַשפּיל אין דער געשיכטע פֿון פֿריִיִקע קלאַנג־פֿילמען.
דאָס „ייִדיש־ווינקל‟, אַ גרופּע אָרטיקע ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך, פֿאַרזאַמלט זיך זונטיק, פֿון אָקטאָבער ביז יוני, אינעם מינעאַפּאָליסער ייִדישן קהילה־צענטער. דעם 18טן אָקטאָבער איז דאָרטן אויפֿגעטראָטן די באַקאַנטע ניו־יאָרקער ייִדיש־זינגערין און אַקטריסע מרים־חיה סגל, וועלכע האָט אַמאָל געוווינט אין מינעסאָטע. דעם 13טן מאַרץ, וועט מען בעת אַ טשיקאַוון קאָנצערט פֿון חיות־קלאַנגען, נאָכגעמאַכט מיט דער הילף פֿון פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע אינסטרומענטן, דערמאָנען דאָס בוך „נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן‟ פֿון אונדזער הויפּט־רעדאַקטאָר, באָריס סאַנדלער.
דער אויפֿקום פֿונעם פּראָפֿעסיאָנעלן ייִדישן קינעמאַטאָגראַף אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט איז געווען אַ קלאָרער סימן, אַז אונדזער לשון האָט דעמאַָלט פֿאַרנומען גאָר אַ חשובֿ אָרט צווישן די אייראָפּעיִשע הויפּט־שפּראַכן. צום באַדויערן, איז די דאָזיקע טראַדיציע טראַגיש איבערגעריסן געוואָרן. אַפֿילו אין אַמעריקע, וווּ דער ייִדישע קינאָ־אינדוסטריע האָט געבליט פֿאַר דער מלחמה, האָט זיך די רעזשיסאָרן נישט אײַנגעגעבן זי אויפֿצולעבן נאָכן חורבן פֿון די אייראָפּעיִשע ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.