די מעדיאַ זשומעט און שרײַט וועגן דער נאַרישקייט, וואָס בנימין נתניהו האָט לעצטנס אַ זאָג געטאָן וועגן דעם חורבן — אַז די אידעע פֿון פֿיזיש ליקווידירן דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק האָט אין נאָוועמבער 1941 דער מופֿטי פֿון ירושלים, כּלומרשט, אונטערגעזאָגט היטלערן. גלײַך ווי אַנדערש וואָלט היטלער, לויט דער לאָגיק פֿונעם ישׂראלדיקן פּרעמיער, צו אַזאַ אײַנפֿאַל זיך בשום־אופֿן ניט דערטראַכט. דערמיט האָט דער פּרעמיער זיך אַרויסגעשטעלט אויף לײַטיש געלעכטער ווי אַ מענטש, וואָס אָדער האָט אַ קנאַפּע אַנונג פֿון געשיכטע (און פֿאַרלאָזט זיך אויף עם־הארצישע עצה־געבערס), אָדער וויל „זיך שפּילן‟ מיט דער געשיכטע, ווי עס טוען הײַנט גאַנץ אָפֿט, אַ שטייגער, די רוסישע פּאָליטיקער.
אַחוץ כּלערליי זאַכן, אין וועלכע איך וויל זיך ניט פֿאַרטיפֿן, שפּיגלען אָפּ נתניהוס ווערטער (וועלכע מע וועט אים, בלי־ספֿק, לאַנג — און אין גאַנצן באַרעכטיקט — ניט פֿאַרגעסן) דעם טרויעריקן מצבֿ פֿון באַהאַוונטקייט אין דער געשיכטע צווישן הײַנטיקע ייִדן. און ניט בלויז אין ישׂראל. כ׳ווייס, וואָס איך זאָג, ווײַל איך לערן דאָך, מערסטנטייל, דווקא ייִדישע געשיכטע, און באַשעפֿטיק זיך דערמיט אין אַמעריקע, דערצו אין אַ פֿירנדיקן אוניווערסיטעט, מיט גוטע סטודענטן.
צווישן די סטודענטן, וואָס באַפֿעלקערן מײַנע קלאַסן, זײַנען תּמיד דאָ ניט ווייניק געוועזענע תּלמידים פֿון ייִדישע טאָגשולן, וווּ, ווי איך הער פֿון זיי, האָבן זיי געלערנט ייִדישע געשיכטע. פֿון דעסטוועגן, בלײַבט פֿאַר מיר אַ רעטעניש, וואָס זיי לערנען דאָרטן. דער פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, אַז בדרך־כּלל פֿילט זיך ניט קיין ממשותדיקער אונטערשייד אין ייִדיש־היסטאָרישע קענטענישן צווישן די יונגע לײַט, וועלכע האָבן זיך געלערנט אין די ייִדישע צי ניט־ייִדישע שולן. בפֿרט אויב די רייד גייט וועגן די אייראָפּעיִשע און אַמעריקאַנער זײַטלעך פֿון אונדזער געשיכטע.
איך בין ניט קיין נאַיִווער מענטש און דערוואַרט ניט פֿון די יונגע לײַט זיי זאָלן געדענקען הונדערטער היסטאָרישע עפּיזאָדן, נעמען און כראָנאָלאָגישע פּרטים. אָבער עס זײַנען, פֿון דעסטוועגן, פֿאַראַן אַזעלכע געשעענישן, וואָס אַן אינטעליגענטער ייִד מוז אַזוי אָדער אַנדערש וויסן. איך מיין די געשעענישן, וועלכע האָבן איבערגעלאָזט טיפֿע שפּורן אינעם ייִדישן פֿאָלק, געביטן דעם וועג פֿון זײַן אַנטוויקלונג.
אָן צו קענען אַזעלכע ווינקלשטיינער אויפֿן וועג פֿונעם פֿאָלק איז אַזאַ מענטש פּראָסט־און־פּשוט (זײַט מיר מוחל) אַן עם־האָרץ אין הילכות ייִדישע געשיכטע. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, גאָר ניט געפֿערלעך, ווײַל די דאָזיקע „קרענק‟ קען אויסגעהיילט ווערן, טאָמער די יונגע לײַט פֿאַרשרײַבן זיך דערנאָך אין אַ קאָלעדזש צי אין אַן אוניווערסיטעט, אין קלאַסן פֿון ייִדישער געשיכטע. די צרה איז, אַז ס’רובֿ טוען עס ניט. (טאָ אפֿשר האָט בנימין נתניהו זיך טאַקע געוואָנדן צו אָט דער מערהייט, וועלכע וועט לאַנג ניט טראַכטן, און גרינג אַרײַנשלינגען די באָבע־מעשׂיות?) אַ מאָל האָבן ייִדן גוט געוווּסט דעם נאָמען פֿון באָגדאַן כמעלניצקי — ימח־שמו, ווי מע פֿלעגט צו אָט דעם נאָמען תּמיד צוגעבן. און דער באַטײַט פֿון גזירות תּ”ח ותּ”ט, אָדער אין אַלגעמיינעם חשבון פֿון דער צײַט — פֿון די יאָרן 1648 און 1649, איז אויך קיין סוד ניט געווען. אָבער אין דעם זכּרון פֿונעם הײַנטיקן דור, לכל־הפּחות אין אַמעריקע, איז עס כּמעט ניט אַרײַנגעלייגט געוואָרן. זעלטן, זייער זעלטן באַווײַזט זיך אין מײַן קלאַס אַ ייִדישער סטודענט צי אַ ייִדישע סטודענטקע, וואָס האָט וועגן אַזעלכע זאַכן ווען ניט איז געהערט. דעם לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ דאַרף איך ניט, ווי מיר שײַנט, דערמאָנען, וועלכע שפּורן האָבן כמעלניצקיס שחיטות געהאַט איבערגעלאָזט.
און נאָך איין דוגמא: ניט לאַנג צוריק האָב איך געפֿרעגט אַ קלאַס פֿון בערך דרײַסיק סטודענטן און סטודענטקעס, צי עמעצער פֿון זיי האָט עפּעס געהערט וועגן דעם קעשענעווער פּאָגראָם. נאָר איין מיידל האָט אויפֿגעהויבן די האַנט און אַפֿילו געזאָגט, אַז געשען איז עס אין יאָר 1903. אין די איבעריקע האָט דאָס וואָרט „קעשענעוו‟ קיין אָפּקלאַנג ניט געהאַט. וועגן דעם בייליס־פּראָצעס וועט זײַן די זעלבע רעאַקציע.
איך מיין, אַז אַזאַ באַציִונג צו דער אייגענער געשיכטע איז לחלוטין ניט קיין צופֿעליקע. עס ווײַזט זייער בולט די באַציִונג צו זיך אַליין — אַז מיר, די ייִדן, זײַנען ניט קיין פֿאָלק, ניט קיין נאַציע, נאָר קודם־כּל, אַ רעליגיעזע גרופּע. און טאָמער זײַנען מיר ניט קיין פֿאָלק, טאָ איז ניטאָ קיין זין צו דרייען זיך דעם קאָפּ מיט דער געשיכטע פֿונעם פֿאָלק. ס’איז גענוג אַלץ קאָנצענטרירן, אַזוי צי אַנדערש, אַרום ישׂראל, אַ מאָל און הײַנט; און דאָס איבעריקע איז ניט וויכטיק. אין דעם פֿאַל דאַרף ניט אַרן אַפֿילו, אויב דער פּרעמיער פֿון דער ייִדישער מדינה פֿאַרבײַט די אמתע געשיכטע מיט עפּעס אַ נאַרישקייט, וועלכע שפּיגלט אָפּ זײַן אידעאָלאָגישן פּרצוף.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.